שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אמת לאמיתה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

שליחה דורך אמת לאמיתה »

קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.

לפי עניות דעתי איז דאס א ספין וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
ס׳האט נישט קיין שום לאגיק.

פון דעם אז מ׳דארף פירען אזא קאמפיין איז דאך משמע אז די קונים גייען ערגעץ אנדערש, ווייל פון א פינאציעלע שטאנדפונקט איז עס בעסער. זאגט דער פלאקאט ניין! טו נישט וואס איז דאס בעסטע פאר דיין אייגען טאש, וחי אחיך עמך, האב אינזין א ברודער און קויף ביי אים.

ביסט א ביזנעס אדער א צדקה ארגענעזאציע. ביסט א ביזנעס, earn my business. ביסט א צדקה ארגענעזאציע, שטעל דיך אין די ליין און כ׳וועל דיר געבען כפי יכלתי.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז אין זייער אסאך פעלער רעדט מען נישט צווישען קמחה דפיסחא און פרנסה בדרך כבוד, נאר צווישען א האלבע רעדל און א גאנצע.

וואס עפעס דארף דער היימישער צוביר צאלען א טייערע פרייז צו שטיצען א ברודער, אפשר זאל דער היימישער געשעפט-מאן געבען די ביליגסטע וואס איז שייך פאר א ברודער.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר