ר' חיים היילפרין והמסתעף

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

ר' חיים היילפרין והמסתעף

שליחה דורך איחוד פעלד »

א שטיקעל פליאה פארוואס מען רעדט נישט דא וועגען דעם, הגם עס איז א פרשה וואס אין אנהייב איז געוועהן אינוואלווד לשון הרע, כהיום איז עס שוין אין אלע נייעסען, און עס איז כדאי ארויסצוברענגען אפאר נקודות וועגען דער מעשה.

קודם א שטיקעל הקדמה וועגען דער אישיות פין ר' חיים היילפרין.

רח"ה איז א רב פין א ביהמ"ד אין גאלדעס גרין און לאנדאן, ער האט א שטארקער כח הדבור, און איז א שטארקער כאראקטער, א שטארקע ת"ח, און א איש מכובד בכלל.

זיין ביהמ"ד איז מאדערינע מענטשען וואס טראגען בענד דיינס, אבער ער האט זיי גאר שטארק געהויבען, הן בלימוד התורה, והן אין פרומקייט, אזוי אז די אנשים "פשוטים" פין זיין ביהמ"ד, שטייען העכער פין פיל חסידים ואנשי מעשה פין חסידישע הויפען, זייענדיג א פה מפיק מרגליות, און א שטארקע מנהיג, איז אים געלונגען אויף צו טוהן פאר אידישקייט, ענדליך צו ר' אייזענבערגער אין בארא פארק, וואס האט געהויבען גאר אסאך מענטשען וואס האבען געקענט האלטען ביי גארנישט, צו זיין אמת'ע בעלי מדריגה, מיט א ציל און תכלית פין דינען דעם אויבערשטען, און אויפציען די קינדער ע"ד ישראל סבא.

זייענדיג א שטארקער מענטש פלעגט ער זיך נישט שרעקען פאר אנדערע רבנים, ווי צ.ב.ש. זייענדיג א מסדר קדושין, האט ער געקענט פסל'ן לעדות איינער וואס טראגט מיט דער עירוב פין א אנדערע רב, וכו' וכו', אזעלכע זאכען, וואס האט געמאכט אז אנדערע רבנים זאלען אים נישט סובל זיין, חוץ פין די קנאה פין זיין הצלחה.

אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעלאזט א שמועה אז עס איז דא א פרוי וואס זאגט אז ער האט מיט איר געהאט נישט אויסגעהאלטענע שייכות (איך ווייס נישט די פרטים), האט די כדתיה בי"ד פאררופען אן אסיפה, ביי די אסיפה האט זיך רח"ה מיט זיין טאטע זיך אנטזאגט, און נישט מסכים געוועהן עס זאל זיין א בי"ד, מיט'ן אויסרייד אז די בי"ד וועט נישט זיין אימפארשעל, דהיינו זיי האבען שטארקע נגיעות.

טאמער האבען זיי געמיינט אז מיט דעם וועט זיך עס אנשטילען, האבען זיי געהאט א גרויסע טעות, עס בוזשעוועט ווייטער, און רח"ה הייבט אהן מורא האבען אז זיין ביהמ"ד צופאלט.

בערך אזוי איז די מעשה וואס כ'האב געקענט צוזאמען שלעפען פין די בלאגס.

אין אנדערע פרטים.

זיין טאטע ר' אלחנן היילפרין האט ארויס געגעבען א בריוו ווי ער ווארענט מיט די קללות פין חד גדיא ווער עס וועט זיך אריין מישען.

מיין אנאליז, דער בריוו איז היבש נאריש, ווייל קיינער דערשרעקט זיך נישט פאר קללות פין רא"ה, און זיין הגדות עדות אז זיין זוהן איז חף מפשע איז אזוי פיל ווערט ווי די הגדות עדות רח"ה אליין. כלום אב מעיד על בניו? איז אלזא וואס איז דער מטרה פין א בריוו פין רא"ה?


עס איז ארויסגעקומען א בריוו פין פלענטי היימישע רבנים ווי זיי שרייבען וואס די חסרון פין די לאקאלע רבנים, פארוואס זיי זענען נישט באגלייבט וכו'.

מיין אנאליז, איין זאך שרייבען זיי דארט וואס ברענגט אביסעל אינטער די מטרה פין די היימישע רבנים. זיי שרייבען אז אפילו אויב עס איז אמת אז רח"ה האט וכו', "אין מורידין אותו מגדולתו" נאר עס איז דא אנדערע וועגען וויאזוי אים מעניש צו זיין. דאס ברענגט אביסעל ארויס, אז יש דברים בגו, נאר העטשע פעטשע וכו'.


היינט איז געשטאנען אין בחדרי חרדים, אז דער זוהן פין סאדיגורע רבי וואס איז רב אין לאנדאן פין סאדיגורע חסידים, האט זיך ארויסגעשטעלט קעגען רח"ה, און רופט אים מיט לויזע נעמען, און דער מאקאווא רבי וואס איז א שוואגער פין רח"ה האט אנגעשריבען א שארפע בריוו צו דער הגרי"מ פרידמאן סאדיגורע רב, אז ער זאל אויפהערען.

מיין אנאליז, לכאורה זעהט אויס ווי דער פרשה וואקסט און וואקסט, עס איז זיכער אז יש דברים בגו, די שאלה איז נאר ווי ווייט דא איז עפעס געשעהן, און אין הכי נמי עס קומט אפשר נישט רח"ה זאל פארדעם ווערען אויס רב, אבער היות ער האט אייביג געטרויטען אויף אנדערע, איז עס ווי מען זאגט "פעי באק טיים" און די אנדערע ווילען אים נישט מוחל זיין פאר זיינע טרעיטערייען, און שיסען צוריק אויף ווי ווייט מעגליך.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 260 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר