כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרז"ל) מוחה קעגן הערשל קלאר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרז"ל) מוחה קעגן הערשל קלאר

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

לויט באריכטן האט היינט דער סאטמארער רבי שליט"א מוחה געווען קעגן דעם ראש ה'עקסטרעמיסטן הערשל קלאר פאר'ן אריסווארפן דעם דעם איש צדיר רודף צדקה וחסד ר' זעליג מענדלאוויטש שליט"א פון ביהמ"ד.

פון א באריכט:
רבינו שליט"א יעצט ביים סעודת הודאה אין ישיבה גדולה האט מוחה געווען אנטקעגן דעם מחרחר ריב הערשל קלאר וואס האט ארויסגעווארפן היינט אינדערפרי פון איינע פון אונזערע בתי מדרשים א גאר חשובע גבאי צדקה פאר מוסדות על טהרת הקודש הרה"ח ר' זעליג מענדלאוויטש הי"ו, אנגעבליך צוליבן חטא פון זיין נאנט מיט ר' אברהם סלונים פון ירושלים עיה"ק.

דער רבי האט געזאגט ער שפירט א חוב צו רעדן פאר די בחורים דייקא, ווייל געווענדליך ווען עס קומט צו די פאלטשע מערכות פרובירט מען מיטשלעפן די בחורים ווייל זיי איז די גרינגסטע צו פארכאפן אין דעם שוואונג. דער רבי האט געזאגט אז כ'ווייס נישט צי דער איד האט דריסת הרגל אין אונזערס א ביהמ"ד, און ער האפט אז דער איד וועט מפייס זיין דעם חשובן גבאי צדקה ברבים אויפן זעלבן אופן וואס ער האט אים ארויסגעווארפן. אזוי אויך ליגט א חוב אויף יעדן וואס איז דארט געווען צו מפייס זיין דעם איד. מיט אזאכע אקציעס ברענגט מען אונטער דעם חינוך הטהור אין ארה"ק!

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר