ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

שליחה דורך ימי קדם »

היינט צופרי איז אויף די פאפולערע ''אורלי וגיא'' שאו פון ערוץ 10 אין ארץ ישראל, געווען אן אינטערוויא מיט חיים הערש מייזליש בן ר' מרדכי אהרן (פון RCCS), בן אב''ד סאטמאר ב.פ. און אור אייניקל פונעם סאטמארער רבי בעל ברך משה, און פון זיין מאמעס זייט א ווייטצענער אייניקל = סאטמאר דורך און אדורך, וואס האט ממש יעצט אנגעהויבן זיין סערוויס אינעם טריפנ'עם צה''ל.

פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.

פון סאטמאר'ס זייט, איז עס גאר א גרויסער ווייטאג, הן פאר די נפש מישראל וואס איז ל''ע פארכאפט געווארן צו מינות. און נאך מער מצד די אומדירעקטע מעסעדזש עס שיקט, בפרט יעצט ווען מען פראבירט זיך אן עצה צוגעבן מיט די גזירת גיוס. דאס העלפט נישט צו...

דא איז א לינק צום שאו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ימי קדם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)

דער אשכול פארמאגט 102 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר