רבי אהרן מ'סאטמאר שליט''א טרעט ארויס שארף קעגן די מזרחי

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

הודעהדורך גאלד » פרייטאג יולי 04, 2014 10:48 am

גלויבט מיר בנאמנות, אז מיין דאגה איז לגמרי נישט כבוד ר' אהרן, וואס מיר אהרט איז אז דא האט געמוזט געהערט ווערן א גאר וויכטיגע רעיון, קריטיש וויכטיג,
די מיליטאנטן ציונים נעמען גוט עדווענטעטש פון דעם טראגעדיע, היצן אן די המון מיט זייער ווילדע עקסטרעמע לויזונגען, און זיי פארשלייערן זיך נאך מיטן צביעות פון "אחדות",
ממילא איז טאקע גאר וויכטיג יעצט צו אויסשרייען צו זיי, איר זענט די רוצחים, איר זענען די וואס שטעלן אריין אייערע קינדער אין א סכנה, וכדומה,
אבער מ'קען עס נאר טוהן באופן וואס איז דבריו נשמעים, און לפענ"ד דער פרט פון באשולדיגן די עלטערן האט געגעבן א פתחון פה פאר די ציונים צו פארוואסערן די גאנצע דרשה,
איך וואלט הנאה געהאט אז אויב ר' זלמן לייב זאל האלטן א דרשה, אפשר די וואך ביי ש"ס, וואס זאל אביסל ממתיק זיין דעם חסרון (איים סארי מיינע ארונים קאלעגעס),
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2319
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1816 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג יולי 04, 2014 11:01 am

כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים ושאינה לשם שמים אין סופה להתקיים, די מחלוקה פון ארוני-זלוני איז היינט מארגען פערטיג, די אמת'דיגע מלחמת השם בעמלק מדור דור, איז די רעליגיעזע ציונים keep your head focused .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך outspoken אום פרייטאג יולי 04, 2014 11:03 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך דער שכן » פרייטאג יולי 04, 2014 11:03 am

גאלד האט געשריבן:גלויבט מיר בנאמנות, אז מיין דאגה איז לגמרי נישט כבוד ר' אהרן, וואס מיר אהרט איז אז דא האט געמוזט געהערט ווערן א גאר וויכטיגע רעיון, קריטיש וויכטיג,
די מיליטאנטן ציונים נעמען גוט עדווענטעטש פון דעם טראגעדיע, היצן אן די המון מיט זייער ווילדע עקסטרעמע לויזונגען, און זיי פארשלייערן זיך נאך מיטן צביעות פון "אחדות",
ממילא איז טאקע גאר וויכטיג יעצט צו אויסשרייען צו זיי, איר זענט די רוצחים, איר זענען די וואס שטעלן אריין אייערע קינדער אין א סכנה, וכדומה,
אבער מ'קען עס נאר טוהן באופן וואס איז דבריו נשמעים, און לפענ"ד דער פרט פון באשולדיגן די עלטערן האט געגעבן א פתחון פה פאר די ציונים צו פארוואסערן די גאנצע דרשה,
איך וואלט הנאה געהאט אז אויב ר' זלמן לייב זאל האלטן א דרשה, אפשר די וואך ביי ש"ס, וואס זאל אביסל ממתיק זיין דעם חסרון (איים סארי מיינע ארונים קאלעגעס),


פאנגסט שוין אהן צו פארשטיין וואס כ׳האלט אין איין שרייען גראד פון מיין ערשטע תגובה..
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 04, 2014 11:03 am

ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2173 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » פרייטאג יולי 04, 2014 11:16 am

גאלד האט געשריבן:כבין איבערגעשלאפן א נאכט, און איך האלט אז די דרשה איז געווען נחוץ מאוד ובעתו ובזמנו, נאר איין זאך האט אפגעהארגעט די גאנצע דרשה ולא זכיתי להבין פארוואס ער האט עס געמיזט טאן פארוואס האט ער געמוזט רעדן צו די ציבראכענע עלטערן, כעל זיין אהנעסט, ס'באדערט מיך באמת זייער שטארק, ווען ער שניידט ווען דאס אויס וואלט די דרשה געווען פערפעקט, נאר ווי געשמועסט "כן ר' אהרן דובר"


צו אלעם ערשט דארף דער רבי שליט"א נישט האלטן ווי דיר און אלס א מנהיג ישראל וואס האט אלפים פון חסידים האט ער א רעכט צו זאגן וואס ער האלט פאר זיינע חסידים
דאס אז ער לעבט אין שנת 2014 ווי יעדע ווארט פון א מענטש ווערט צושפרייט איבער די וועלט ביז 2 מינוט מיינט נאכנישט אז ער טאר נישט רעדן צו צאן מרעיתו

אבער יעצט אביסל א הסבר לדבר פאר ווער ס'וויל פארשטיין
וכלשונו הקדוש ווער ס' פארשטייט פארשטייט און ווער נישט וויל נישט פארשטיין

ווען א טאטע לאזט איבער זיין קינד טעות ער האט פארגעסן אין א הייסע זומער טאג זיין קינד אין א קאר און ליידער איז דאס קינד נפטר געווארן
וואס אין אמת'ן אריין ווערן מער קינדער געהארגעט פון עקסידענטין ווי פון איבער געלאזטע קאר'ס אבער דאך מעשה שהיה כך היה
וועט די פאליציי קומען און נעמען דעם טאטען אין סטאנציע אויף אויספארשונגען 7-8 שעה דער טאטע וועט נישט קענען גיין צו די לוי'
משא"כ ווען א קינד ווערט רח"ל אראפ געקלאפט א זאך וואס פאסירט מער ווי איבער געלאזטע קינדער וועט יעדער טרייסטן דעם טאטע'ן

דער רבי וואס פירט צאן מרעיתו מיט די הייליגע שיטה פון רבינו הקדוש זי"ע און ער וויל אז זיי זאלן ווייטער גיין מיט די שיטה
ער ווייט אז די קינדער קליין און גרויס הערן שוים 3 וואכן קול מבשר ווי די מיליטער כאפט אראבער די מיליטער איז מצליח
און נעבעך די עלטערן זענען א רחמנות זיי זענען פון די גרעסטע מאמינים בדורינו ממש א סימבאל פון ערליכקייט

דער רבי פארשטייט אז דאס איז א חורבן בנפש הילד דער קינד וואס הערט 3 וואכן די זאכן
מוז באקומען א מעדצין, אין די היינטיגע וועלט ווען נייעס קומט גאר שנעל קען מען נישט ווארטן אויף כ"ו אב
במילא האט דער רבי ברוחב בינתו וברוב סעייתא דשמיא ובחכמת התורה מחליט געווען אז דאס איז דער צו השעה

מסביר זיין פאר די בחורי חמד "די עלטערן טארן נישט מספיד זיין ווי עלטערן וואס האבן פארלוירן א קינד אין א עקסידענט
די עלטערן דארפן צוגיין צום הספד ווי עלטערן וואס האבן פארגעסן א קינד אין א קאר מיט דעם זעלבן צער און עגמת נפש
נישט רעדן ביי די לוי' פון די גדלות פון די קינדער וואס זענען געשטארבן על מזבח שלימות הארץ
רעדן ביי די לוי' ווי א טאטע וואס האט בטעות פארגעסן א קינד אין א קאר און פילט זיך שולדיג

לאמיר נישט זיין פון די וואס זענען שופטים את שופטיו
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך דער שכן » פרייטאג יולי 04, 2014 11:20 am

דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 04, 2014 11:24 am

דער שכן האט געשריבן:http://blahblahblatt.blogspot.com/2014/07/dont-read-in-too-much-in-words-of-kj.html?m=1

גוט גוט...
דאס איז אויך וואס געט ר' אהרנ'ן א שטיקל חן... באהאלט נישט גארנישט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2173 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג יולי 04, 2014 11:34 am

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:http://blahblahblatt.blogspot.com/2014/07/dont-read-in-too-much-in-words-of-kj.html?m=1

גוט גוט...
דאס איז אויך וואס געט ר' אהרנ'ן א שטיקל חן... באהאלט נישט גארנישט

שלעכט,שלעכט. כ'האלט אויף מהר''א פערזעדליך ווי די ארטיקל, אבער אויסנוצען זיין קנאות פאר אונזער עדווענטעטש איז ראנג, ס'וואלט שענער געווען אז די זלונים געבען ארויס א PR אז ער האט מסתם נישט געמיינט די טאטע מאמע'ס פערזענדלעך נאר די גאנצע התנחלות בכלל, פייטען האט אויך א מהלך.

בכלל דארף מען שוין אויפהערען מיט פארדרייען פאקטן פון ברך משה, בדעה צלולה האט ער געוואלט מהר''א, און נאר מהר''א, ב''ה די רבוש''ע האט אנדערשט געוואלט פון אים.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך green sunday » פרייטאג יולי 04, 2014 11:53 am

קרעדיט signout פין קרעטשמע

איינער האט דאס געפאוסט פון א גרופ.

איך הער מיך דא אן מיט טענות אויפן גראופ לכאן ולכאן. לאמיך אין קורצן אפשרייבן א שטיקעלע הסבר איבער די היינטיגע דרשה, פאר ווער זיין קאפ קען בכלל פארנעמען א צווייטע צד.

עס זענען פארהאן פארשידענע חלקים און פארשידענע טענות און לאמיך עס פראבירן צו צוטיילן אויף קליין געלט.

ערשטענס. עס איז כמעט אומ-מעגליך פאר א סאטמאר חסיד צו פירן א וויכיח מיט אזא איינער וואס איז נישט אויפגעוואקסן געווארן מיט די סאטמאר'ע שיטה. איינער וואס איז אלע יארן אויפגעוואקסן מיט דאס הייליגקייט פון שלימות הארץ און מיט עקסטרעימע שיטות קעגן די סאטמארע שיטה, וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דער סאטמאר איד האלט און וויזוי ער קוקט אן יעדע געשעהניש אין מדינת ישראל. אלזא טייערע אידן, ס'איז א שאד די צייט זיך צו טענה'ן מיט אנדערע קרייזן ווייל אפילו זיי ווילן פארשטיין קענען זיי דאס נישט פארשטיין. זייער הארץ לאזט זיי נישט פארשטיין.

לגבי די פוינט וואס עס איז געזאגט געווארן ביים דרשה. צום ערשטן מאל וואס איך הער אידן - אפילו וואס זענען גאנץ עקסטרעים קעגן סאטמאר - זאגן אז "ס'קען זיין אז זיין פוינט איז אמת, אבער זאג עס נישט יעצט...." אדער "איך פארשטיי זיין פוינט, אבער מ'זאגט דאס נישט ברבים. מעגסט עס טראכטן.." וכדו'. דאס הייסט אז א גרויסער ציבור (חוץ סאטמאר) האלט אז די פוינט בעצם אז די עלטערן פון די בחורים האבן אריינגעלייגט די קינדער אין א סכנה מיטן אהינשיקן די קינדער - איז אמת. ע"כ, אויב איז עס אמת דאן איז איז דאך פשוט די סך הכל אז די עלטערן זענען שולדיג (עכ"פ טראגן א גרויס חלק פונעם שולד) אין זייער קינדער'ס טראגישער מארד.

יעצט איז פארהאן נאך טענה - וואס איז באמת די עיקר טענה - אז די צייט איז נישט ריכטיג. ס'איז נאך אין די שבעה, דאס בלוט קאכט נאך, יעצט איז נישט די צייט אזאנס צו זאגן, צו שטעלן דיין סאטמאר'ע שיטה בעת די עלטערן טרויערן.

משל למה הדבר דומה: עלטערן האבן אראפגעשטעלט א קינד אויפן ראוד ווי טראקס און טרעילערס יאגן זיך, מיט פארשידענע אויסריידן פארוואס דאס קינד באלאנגט דארט. זיי אפילו ארומגעלייגט רויטע קאונס אז די טרעילערס זאלן באמערקן אז עפעס ליגט דא. אבער למעשה איז געשעהן אז א ווילדע טרעילער האט זייער שנעל געדרייווט און רח"ל איבערגעפארן דאס קינד פון וועלעכע ער איז טראגיש אומגעקומען.

צו מיינט איר אז מ'וועט דעם טאטען און מאמע'ן נישט פארהאלטן איבער זייער אומ-אחריות'דיגער און מסוכן'דיגער אקט אפילו בעפאר די לוי'??!!! נישט נאר דאס, זיי ווערן גלייך ארעסטירט און אנגעקלאגט אויף מארד. זיי קענען נישט גיין צום לוי' און נישט זיצן קיין שבעה. און די גאנצע מידיאו און פאליציי זענען פארנומען איבער די שענדליכער אקט וואס די עלטערן האבן געטוען. איי, ווי איז אייער הארץ?! לאז זיי טרויערן אויף זייער פארלוסט! שפעטער איז דא צייט פארצוהאלטן די עלטערן.... קיינער פרעגט דאס נישט.

נישט פארגעסן. איר זענט אלע מודה אז די ווילדע מתנחלים לייגן זיך אריין אין די הענט פון אראבער, מענטשן-פרעסער, רוצחים און בלוט-זויגער. מיט וואס זענען זיי אנדערש פונעם טאטען וואס שטעלט ארויס זיין קינד אויפן ראוד?? פארוואס טאר מען דאס יעצט נישט אויפברענגען??

לעניית דעתי טוט וויי גאר עפעס אנדערש. דאס אמת'ר מציאות פאטשט נעבעך אין פנים. מ'האט ביז היינט נישט אזוי געטראכט, קיינער האט דאס נישט געוואלט טראכטן, אבער יעצט אז איינער האט עס אויפגעברענגט אין א ברייט פובלעצירטע דרשה טראכט מען צו זיך איבער און מ'שעמט זיך אליין מיטן מציאות וואס ווערט אזוי אפן ערקלערט. עס "פאסט" פשוט נישט פארן ציבור אז מ'האט דאס אזוי גראב אויפגעברענגט.

צום לעצט. די טענות לויטן אויך אז רבינו יואל וואלט אזאנס קיינמאל געטוען. ‏די מענטשן וואס שרייען דאס זענען פשוט נישט באהאוואנט מיט היסטאריע און יעצט איז רבינו יואל גאר דער קליגער, ווען ער לעבט שוין נישט.

לאמיר אריינקלערן.‏ עס זענען פארגעקומען שווערע מלחמות אין ארץ ישראל, עס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן אסאך אידישע קינדער, סאלדאדטן. רבינו יואל האט געהאלטן פייערדיגע דרשות אינמיטן ברען פון קריג, ער האט שטארק באוויינט די נפשות וואס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן אבער אין די זעלבע צייט שטארק פארפירט קעגן די מעשים פון די ציונים און קלאר געשריגן אז די ממשלת ישראל זענען שולדיג דעראון. איר מיינט אז אויב וואטסעפפ וואלט געלעבט ביי די נשא תורה, שלח תורה וכדו' וכדו' וואלטן געווען שענערע קאמענטס אויף אים?...

איר קענט אפילו פארשטיין וויזוי רבינו יואל האט אויסגעקוקט ווען ער האט געזאגט - נאכדעם וואס מדינת ישראל האט איינגענומען ירושלים און צוריקבאקומען ‏די הערשאפט איבער די כותל המערבי, די איינציג פארבליבענע זאך פונעם הייליגן בית המקדש, די הייליגסטע און טייערסטע זאך ביי כלל ישראל - און ער האט געזאגט "לדעתי איז 'אסור' צוגיין צום כותל"... איך קלער יעצט וואספארא קאמענטס ער וואלט דאן געהאט אויף וואטסעפפ...

פלוצלינג איז רבינו יואל געווארן דער קלוגער.. 34 יאר נאך זיין פטירה.

לסיכום. ‏ פונקט ווי זיינע פארגייער, די פריערדיגע סאטמארע רביים האט דער סאטמאר רבי אויך גערעדט פונקט אין צייט ווען ער האט עס געדארפט זאגן. יעצט ווען די אידישע וועלט איז פאר'שיכור'ט מיט נקמה געפילן און ס'לאזט זיך נישט טראכטן גלייך צום פונקט, דווקא יעצט האט ער געדארפט זאגן דעם אמת און ווער עס זענען באמת שולדיג. יעצט דארף מען עס הערן און יעצט הערט מען עס. נישט א חודש אדער יאר דערנאך.
בייגעלייגטע פיילס
[1592]ילקוט_דברות_קודש_בלק.pdf
(77.68 KiB) אראפגעלאדנט 64 מאל
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

זענען די בחורים געווען אין די אקופירטע שטחים?

הודעהדורך מ גפני » פרייטאג יולי 04, 2014 11:55 am

אויף YWN זעה איך אפאר קאמענטארן אז נישט די ישיבה מקור חיים און נישט די הייזער פון די 3 משפחות זענען אין די אקופירטע שטחים
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » פרייטאג יולי 04, 2014 12:37 pm

מ גפני האט געשריבן:אויף YWN זעה איך אפאר קאמענטארן אז נישט די ישיבה מקור חיים און נישט די הייזער פון די 3 משפחות זענען אין די אקופירטע שטחים


אקופירטע שטחים? איינער פון זיי וואוינט אין אלעד. און איינער לכה"פ האט געלערנט אין ישיבת שבי חברון, וועלכע איז אמאל געווען ישיבה תורת אמת חב"ד און איז געקויפט געווארען בכסף מלא דורך נישט קיין אנדערער ווי כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב מליובאוויטש נ"ע! יא יא! דער גרויסער קנאי!

איז דאס אויך אקופירט?!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » פרייטאג יולי 04, 2014 12:41 pm

אלעד איז אויך אין די שטחים

דאס אז פאר 100 יאר צוריק איז געווען דארט א ישיבה איז פונקט ווי איינער זאל גיין צו בית המדרש פון אליהו הנביא אין סוריע און זאגן דאס איז א בית מדרש וואס באלאנגט צו די אידן
ער וועט טאקע זיין גרעכט אבער אויב וועט ער אהיים קומען אין א ארון וועט קיינער נישט וויינען
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » פרייטאג יולי 04, 2014 12:53 pm

די אלע וואס טומלען יעצט מיט פעטיציעס, און זיכען צו העצן קעגן סאטמאר און רבי אהרן טוען אים לכ' א גרויסע טובה.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

הודעהדורך זלמן זאפיר » פרייטאג יולי 04, 2014 2:03 pm

די וואס טענה'ן אז די רבי האט נישט געדארפט יעצט רעדן ווייל די עלטערען זענען נאך אנגעווייטאגט אין זיצן שבעה

איך האב פאר ענק גרויס נייעס די עלטערען לאכן זיך אויס פין ר' אהרן זיי גיין דארט בלייבן וואינען זיי גיין קלאר נישט אוועק מאפן.
זיי האלטן ס'איז מצוה צי וואינען צווישן די וועלט'ס גרעסטע רוצחים

בממילא האט ער יעצט געדארפט רעדן
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 04, 2014 2:06 pm

איינע פון די עלטערן האבן רעאגירט צו א נייעס רעפארטער וואס ר' אהרן האט געפרעגט פון וואו ער האט א היתר, האט ער געזאגט אז ער האט א היתר דארט צו וואוינען ס'ליגט ביי ווינע רב אין שופלאד
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2173 מאל

הודעהדורך elter-zeide » פרייטאג יולי 04, 2014 2:10 pm

"משל למה הדבר דומה: עלטערן האבן אראפגעשטעלט א קינד אויפן ראוד ווי טראקס און טרעילערס יאגן זיך, מיט פארשידענע אויסריידן פארוואס דאס קינד באלאנגט דארט. זיי אפילו ארומגעלייגט רויטע קאונס אז די טרעילערס זאלן באמערקן אז עפעס ליגט דא. אבער למעשה איז געשעהן אז א ווילדע טרעילער האט זייער שנעל געדרייווט און רח"ל איבערגעפארן דאס קינד פון וועלעכע ער איז טראגיש אומגעקומען".

דער משל איז ווייט פון נמשל, ווייל דאס קינד אין טרעלער איז א עקסידענט, דער דרייווער אז געפארען ווילד אהן קיין אחריות, אבער אין די שטחים דרייען זיך רוצחים וואס זיכען אויס הרגענען מיט גרויס אחזריות ווי מער יודען, ווען זיי קענען וואלטען אויס געשחטן דריי מילוין יודען עבער ווי באלד זיי קענען נישט נאר דריי טויזענט שחטן זיי נאר דריי טויזענט, אבער דאס קענען זיי אויך נישט, האבען זיי נאר דריי יודן געהארגעט, איז דער משל בכלל נישט דומה צים נמשל,
למעשה איז נישט קיין חילוק ווי זיי וווינען אין לערנען, געניג אז מ'דרייט זיך דארט,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יולי 04, 2014 2:12 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איינע פון די עלטערן האבן רעאגירט צו א נייעס רעפארטער וואס ר' אהרן האט געפרעגט פון וואו ער האט א היתר, האט ער געזאגט אז ער האט א היתר דארט צו וואוינען ס'ליגט ביי ווינע רב אין שופלאד


טִהֵר רַבִּי יִשְׁמָעֵאל עַצְמוֹ, וְהִזְכִּיר אֶת הַשֵּׁם - בְּסִלּוּדִים,
וְעָלָה לַמָּרוֹם - וְשָׁאַל מֵאֵת הָאִישׁ לְבוּשׁ הַבַּדִּים.
וְנָם לוֹ: קַבְּלוּ עֲלֵיכֶם צַדִּיקִים וִידִידִים,
כִּי שָׁמַעְתִּי מֵאֲחוֹרֵי הַפַּרְגּוֹד: כִּי בְזֹאת אַתֶּם נִלְכָּדִים!
יָרַד וְהִגִּיד לַחֲבֵרָיו מַאֲמַר אֵל,
וְצִוָּה בְּלִיַּעַל לְהָרְגָם בְּכֹחַ - וְלָאֵל!
וּשְׁנַיִם מֵהֶם הוֹצִיאוּ תְּחִלָּה - שֶׁהֵם גְּדוֹלֵי יִשְׂרָאֵל:
רַבִּי יִשְׁמָעֵאל כֹּהֵן גָּדוֹל, וְרַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל נְשִׂיא יִשְׂרָאֵל!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

הודעהדורך זלמן זאפיר » פרייטאג יולי 04, 2014 2:37 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:איינע פון די עלטערן האבן רעאגירט צו א נייעס רעפארטער וואס ר' אהרן האט געפרעגט פון וואו ער האט א היתר, האט ער געזאגט אז ער האט א היתר דארט צו וואוינען ס'ליגט ביי ווינע רב אין שופלאד


דער היתר האט זיי געקאסט א קינד ל"ע
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יולי 04, 2014 2:41 pm

הירשל ציג האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:אויף YWN זעה איך אפאר קאמענטארן אז נישט די ישיבה מקור חיים און נישט די הייזער פון די 3 משפחות זענען אין די אקופירטע שטחים


אקופירטע שטחים? איינער פון זיי וואוינט אין אלעד. און איינער לכה"פ האט געלערנט אין ישיבת שבי חברון, וועלכע איז אמאל געווען ישיבה תורת אמת חב"ד און איז געקויפט געווארען בכסף מלא דורך נישט קיין אנדערער ווי כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב מליובאוויטש נ"ע! יא יא! דער גרויסער קנאי!

איז דאס אויך אקופירט?!

מ'נוצט דעם מהרש"ב ושיטת תורתו, ווען ס'טויג פאר די אייגענע אינטערעסן... :roll: :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9661 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » פרייטאג יולי 04, 2014 3:09 pm

The following is text that Rabbi Avi Shafran has sent to many who have demanded that Aguda protest the Satmar Rebbes comments.

I was appalled, as you were, at the words you refer to, and have no comprehension of how a leader of Jews could blame the parents of murdered children –in this case kedoshim killed because of being Jews! – for the tragedy of their deaths.  Even if the Satmar Rebbe Rabbi Aharon Teitelbaum thought he was speaking to an “intimate” group, the comments’ timing and personalization are beyond my comprehension.

 

Having said that, I must also say that Rabbi Eisenman’s effort to equate the Satmar Rebbe’s unfortunate remarks with the actions and words of Rabbis Avi Weiss and Jonathan Sacks, which evoked public criticism from Agudath Israel, is neither fair nor accurate.

 

Rabbi Weiss breached the mesorah of Klal Yisrael. Rabbi Sacks declared a major part of Klal Yisrael – a part dedicated to Torah-study and observance and that he identified as those who attended the Siyum HaShas – to be “worse than dangerous” to the Jewish future.  Our criticisms were, above all else, aimed at those objectionable positions.

 

The only position Satmar Rebbe’s comments professed was an entirely defensible one (whether you or I happen to agree with it): that Jews should not live in areas of Eretz Yisrael more vulnerable to Arab attack than others. 

 

The outrageous aspect of the comments was not that position, which is held by many Jews, religious and otherwise, but rather the seeming lack of concern for the feelings of the bereaved parents and the divisiveness such comments were bound to cause at a time when the entire Jewish world was joining the parents of the kedoshim in their mourning. Whether that should be publicly criticized by an organization like Agudath Israel is a worthy question, far above my pay scale.  But it is clearly a very different question from those presented by the statements and actions of Rabbis Weiss and Sacks.

Past weeks have seen unbelievable achdus in Klal Yisrael, first in hope and prayer, and then, tragically, in pain and mourning.  Anyone who has been reading the Jewish media, including most prominently thecharedi media, knows that, as does anyone who has been in shuls of different stripes.  (You might find a column of mine in Hamodia of interest, athttp://hamodia.com/2014/07/01/if-only/ ; it actually has some pertinence here.)

 

The recent hurtful statements were a terrible challenge to that achdus.  So, though, are efforts to use them to foment further ill will by amplifying the outrage and issuing public challenges.

 

I beg you to not fall into that soton’s trap.  Let’s embrace the achdus we have, and not allow either harsh words or demagoguery to do it harm.  Please be part of the solution, not the problem.

 

And may we see only better days ahead.

 
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך ראש המדברים » פרייטאג יולי 04, 2014 4:14 pm

איך וועל עס מסביר זיין אפילו פאר די קליינע קינדער וואס פארשטייען נאכנישט

א קינד פארט מיט זיינע עלטערן צו א זו ער שפאצירט ארום און פלוצלינג האט א לייב זיך ארויס געכאפט פון זיין שטייג ער לויפט צו צום קינד און איז מכלה זממו, וואס וואלט געווען די העדליינס אין די צייטונגען נעקסטע וואך?

א קינד פארט מיט זיין טאטע א נסיעה אויף אפריקע ער גייט אריין די דזונגעל ווי די בערן און לייבן דרייען זיך פראנק און פריי, ער גייט אריין אן קיין קאר בלויז מיט די פיס אין לייבן גרוב און א לייב איז מכלה זממו אויף עם, וואס וואלט דעמאלס געווען די העדליינס אין די צייטונגען?

אויב איז נאך דא איינער וואס פארשטייט נישט איז ווייל ער וויל נישט פארשטיין
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך דער שכן » פרייטאג יולי 04, 2014 4:27 pm

איר (אללע) פאנגן אהן צו קומען צום שכל און זעהן וואס כ׳האב זאגט גלייך פון אנהייב מיט מיין ערשטע תגובה (ביז יעצט ועד בכלל) ווי אויפריכטיג יעך בין געווען מיט אייך!... :like :D :| :roll: :lol: :D :lol: :lol: :roll: :roll: :ugeek:
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

הודעהדורך שרייבער » פרייטאג יולי 04, 2014 4:29 pm

ק/פ

אין א זייטיגע נאטיץ האב איך היינט מיטגעהאלטן א זיסע צוזאמענשטויס פון א ארוני און א זאלי

דער זאלי הייבט אים אן צו באזידלען אויף די דרשה פון רבין, רופט זיך אן דער ארוני, למעשה האט מען געדארפט משמיע זיין דעם דעת קדשו פון רבין ז"ל אין א צייט וואס יעדער שרייט נקמה, רופט זיך אן דער זאלי, יא יא אבער מיינט ער עס דען אמת'דיג, ער נעמט ענדווענטעדזש, זאגט אים דער ארוני, דו ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, לאז מיר לייגן אידישקייט אין א זייט יעצט, איך וועל דיר זאגן וואס דיר באדערט אמת, דיר באדערט נישט צו ר' אהרן מיינט אמת'דיג וואס ער זאגט צו נישט, דיר באדערט ווי פאלגענד:

תמוז תשנ"ט האט משה גבאי געשריגן אויף ר' אהרן איך וועל דיר מאכן פאר א רויזא'לע פאר א ישראל'יק, וועסט זיצן אין א בעסימענט אין פלעטבוש אין זוכן מנין

תמוז תשע"ד 15 יאר שפעטער, ר' אהרן זאגט ארויס איין ווארט, און די גאנצע וועלט איז אויף מיט אים, אויף אזוי ווייט אז מ'דארף גיין ערקלערן פאר יעדן, זיי דיך נישט טועה, ער איז נישט די אנלי סאטמאר רבי, ס'איז דא נאך איינער, און יענער האלט נישט אזוי
דיין כעס איז נישט די ווערטער וואס ס'איז געזאגט געווארן, דו האסט רחמנות אויף די עלטערן וואס האבן פארלוירן א קינד, פונקט ווי דו האסט רחמנות געהאט אויפן ברך משה ווען מען האט אים נישט געלאזט גיין צו קיין שמחות פון קינדער, דו האסט די עלטערן אין לינקן פאקעט, דיר באדערט אז ס'איז 15 יאר שפעטער און נאך אלץ רעדט מען פון אים

איי פיל יור פעין
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 04, 2014 4:33 pm

וויייטער פארדרייסטו. עד האט נישט געזאגט דעם דעת תורה פון רבי'ן. דער רבי האט אזא זאך קיינמאל נישט געטון!

דיין אנדערע שטותים דארף מען נישט פארענטפערן, קרעטשניפע רבי קען אויך מאכן אז מ'זאל רעדן פון אים. און דו קענסט זיך ארומדרייען אויפן גאס אנע בגדים, די גאנצע וועלט וועט רעדן פון דיר
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2173 מאל

הודעהדורך שרייבער » פרייטאג יולי 04, 2014 4:36 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:וויייטער פארדרייסטו. עד האט נישט געזאגט דעם דעת תורה פון רבי'ן. דער רבי האט אזא זאך קיינמאל נישט געטון!

ער האלט אז דאס איז דעת פון רבין און אז דער רבי וואלט אזוי געטון, און ער האט אלע רעכטן אזוי צו האלטן
דו קענסט מחולק זיין מיט אים
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron