קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג מאי 04, 2021 5:18 am

דער סיגעט/סאטמאר בבואו מאדום איז שטארק באקאנט און ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער. קארלין איז אסאך אן עלטערער גזע ווי סיגעט אבער ס'קען אויך זיין אז די קארלינער האבן פארפאסט דעם ניגון שפעטער ווי בבואו מאדום.

דרך אגב, ס'איז כדאי אויך צו הערן ביי דעם לינק דעם קארלינער "בר-יוחאי" וואס איז א באקאנטער טאנץ ניגון, לא תבושי סטייל. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז קארלין און אויף בר-יוחאי.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 360 מאל

הודעהדורך סעגאל » דינסטאג מאי 04, 2021 7:17 am

עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פין דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
סעגאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג מאי 04, 2021 7:43 am

סעגאל האט געשריבן:עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.

קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמחהלע קאפשטיק אום דינסטאג מאי 04, 2021 11:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 286
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 04, 2021 9:38 am

צפור בודד האט געשריבן:ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז (דער) א קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.


גראדע די ערשטע ניגון אויף יענע סידי זינגט מען אויך אין ברעסלב אויף א נידריגערע טאון מיט נאך קליינע שינוים. די לעצטע ניגון דארט איז א באקאנטע כליזמר ניגון, בפשטות האבן עס די קארלינע חסידים געהערט אין מירון.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4238
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4100 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל


גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט