היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

היימישע ארטיסטן וואס פארדינען אנערקענונג

שליחה דורך בעל רגש »

מיר לעבן און א פלאסטישער סאסייעטי, ווי אלעס לויפט פראגמאטיש, נשמהלאז, רוחניות ווי גשמיות, אלעס איז פארגעשריבענע פראטאקאלן וואס מיר פאלגן נאך, איינע פון די זאכן וואס איז אפעקטירט פון דעם איז, ארט, און ספעציפיש אונזער מוזיק,
מוזיק - א מושג וואס אנטהאלט אזויפיהל זשאנערס ,סטילן, און כאראקטארן, איז ביי אונז פארוואנדלט געווארן אלס בלויזער מיטל צום ציל דהיינו, סופלייען דעם דור מיט היטס פאר חתונות און קומזיצן, אלבום'ס קומען און גייען, אפטמאל גראדע נישקשה'דיגע אראנדזשירונגען און תנועהל'עך, אבער כאראקטערלאז.
א אינגערמאן וואס איז מחליט אז זיין צייט צו שיינען אלס שטערן איז אנגעקומען, פארבינדט זיך מיטן פראדאסער, אין בעסטן פאל גייט מען אראפ צו איינער פון די מעינסטריעם מלחינים, מען עפנט א תהילים טרעפט אויף א פסוק צו וואס מען 'קאננעקט', און מען פארפאסט א ניגונ'דל וואס דער וואוקאליסט שפירט ער קען ארויסברענגען, אדער און ערגסטן פאל, נעמט מען אראפ א גרייטער זמר פון שאפע, און עס ווערט פאורואנדעלט אין דעם זינגערס אייגענטום, דערנאך שרייבט מען אראנדזשירונגען, אבידני -סינגולדה -גוטפריד קלאפן אפ דעם ריטעם ביי זיך אין בעיסמענט, מען קלעבט ארויף דעם זינגערס שטימע, נעקסטער שטאפל איז געשיקט צו לשינסקי צום מיקסן און מעסטערן, א דורך בראך און עולם הנגינה!!...
דער באדייט פון אן ארטיסט וואס גיבט ארויס זיין פערזענליכע נשמה און אינספיראציע, אן ארטיסט וואס סערווירט נישט קיין קליענטעל, נאר בויעט אויף אן אייגענעם קליענטעל, איז ווי פארגעסן געווארן ביי אונז, שטעלסטו צו דאס וואס דער ציבור וויל הערן? דאן האסטו פלאץ, אז נישט, ביזטו נישט ווערט בכלל צו רעדן וועגן דיר,
דאס האט געשאפן א מציאות אז בשעת וואס און די אלגעמיינע וועלט איז אן אלבום, עפעס וואס שטעלט פאר דעם ארטיסט מיט אלס וואס ער פאמאגט, זיין סטיל און סאונד, מיט זיינע אייגענע מוזיקאנטן וואס ברענגן ריכטיג ארויס זיין כאראקטער, איז עס ביי אונז נישט מער ווי א ביזנעס, כגוף בלי נשמה, אויב וועט שוין יא איינער גיין אביסל אוט אףף די באקס, איז עס אויך נאך וואס די מעינסטריעם פראדוצירער האבן געהאלטן, אז די קליענטעל איז גרייט דערפאר, א דוגמה איז מיילעך קאהן וואס האט געברענגט פרישע לופט אבער דאך גענוג מעינסטריעם מען זאל עס אראפשלינגען,

דאס איז אלעס אן קיין טענות אויף קיינעם, ווייל וואס ווילסטו?? זאל א אינגערמאן ארויסקומען מיט א רעגעי, אדער דזשאז אלבום, ווייל דאס איז ווי זיין נשמה?? ער וועט דאך נישט לייזן קיין גרייצער, און זיך נאר מאכן צו שאנד און צו שפאט, איינשטעלנדיג דערביי זיינע קינדערס עתיד און די מוסדות... מיר לעבן נישט און די גרויסע וועלט ווי אויב איז אן ארטיסט גוט אין זיין זשאנער, דאן קען קען ער אנקומען זייער הויעך, ווילסטו לייגן ברויט אויפן טיש? דאן ברויכסטו אריינפיטן אינעם קעסטל, אמת, ביזט טייער גערעכט, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם פאקט אז דער אידיאלער ארטיסט איז ווי אפגעווישט פון אונזער מאפע ,
דעם מציאות קען שאפן דעם איינדרוק ווי, אויב ווילסטו יא הערן עפעס אריגינעל, עפעס אייגענארטיג, דאן מוזן מיר ארויסגיין פון די גרעניצן, א פאקט וואס איז נישט גענצליך אמת, עס איז יא פארהאן ביי אינז אמת'ע ארטיסטן וואס פארמאגן אריגינעלע ווערק צו פארקויפן, נאר מען הערט נישט פון זיי טאקע ווייל זיי סערווירן נישט דאס וואס די מעינסטריעם וויל, און דאס איז פארוואס איך עפען דעם אשכול, מיטן ציהל ארויפציברענגען אויפן אויבערפלאך, אונזערע היימישע טאלאנט, וואס ווערט פארוואסערט צווישן א ים פון חתונה און קומזיץ היטס,
די אשכול איז געווידמעט פאר סיי וואספארא טאלאנט וואס פארדינט אנערקענונג, לאו דוקא מוזיק, איך הייב נאר אן מיט עטליכע וואס ליגט מיר אין מח.

חיים גאלד.
חיים.jpg
חיים.jpg (31.07 KiB) געזען געווארן 8120 מאל
חיים2.jpg
חיים2.jpg (29.89 KiB) געזען געווארן 8120 מאל

חיים גאלד איז אינגערמאן פון ארץ ישראל, וואס אונטער זיין צוגעלאזענע שמייכל און (היינט) לאנגע בארד, איז באהאלטן א זעלטענעם ארטיסטישע נשמה, חיים איז אן אריגינעלער פאעט, מלחין, און זינגער, ער פארפאסט און זינגט זיינע אריגינאלע ליריקס און פאעמעס, און לשון הקודש און אין אידיש, א פענאמען מיט וואס ער איז לכאורה א יחיד זייענדיג דער איינציגסטער היימיש אידישער פאעט אויף די מארקעט, אין זיינע לידער ליגט א געוואלד מיט עמקות'דיגע נשמה און אינספיראציע, אפט געבויעט אויף געדאנקען פון ר נחמן מברסלב (וואס דען?..) ער לאזט זיך הערן פון צייט צו צייט מיט א באשיידענעם סינגל, מיט א צייט צוריק איז ארויסגעקומען אן אלבום צוזאמגענומען זיינע סינגלס פון די לעצטיגע צייט, מיטן נאמען 'בין יום ובין לילה', אן אויסנאם שיינע אלבום, וואס מען קען הערן און הערן, און נעמט אריין און א וועלט פון נשמה געגועים, זיינע טענער זענען אויך משונה'דיג מוזיקאליש און אייגענארטיג, אבער דאך לייכט פאר די אויער, ער זינגט אראפ זיינע לידער מיט א מורא'דיגע בעטעמטקייט מיט זיין אייגענארטיגע שטימע אויף נידריגע טענער, די אררעינזשמענטס אויף זיינע לידער זענען זייער קלאסיש און סימפל אן קיין איבריגע רעש און טומל, חיים'ס זשאנער איז, חידוש!
המשך יבא אי''ה
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר