אַרײנפיר אין דער וועלט פון ליובאַוויטשער ניגונים

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

אַרײנפיר אין דער וועלט פון ליובאַוויטשער ניגונים

שליחה דורך דוראק »

[justify]ליובאַוויטש איז איינע פון די רײכסטע קרײזן אין וואָס אָנבאַלאַנגט ניגונים. ליובאַוויטשער ניגונים זײנען טיף און האַרציק, און האָבן אַן אייגנאַרטיקן שניט. אין דער ליובאַוויטשער וועלט פאַרנעמט די נגינה גאָר אַ וואַזשנעם אָרט, יעדער ניגון האָט זײן ספּעציעלן אָרט און פיל פון זיי האָבן אויך אייגענע נעמען לויט זייער מחבר אָדער אינהאַלט.

בכללות זאָגט מען באַ אונז אַז ניגונים טיילן זיך אין דרײ סאָרטן: א. ניגונים מכוונים, דאָס זײנען ניגונים אין וועלכע יעדער נאָט איז פּונקטליך מכוון, און אין זיי איז זייער שטאַרק וויכטיק צו מדייק זײן אין דעם זינגען. אין דער קאַטעגאָריע שליסן זיך אײן אַלע ניגונים וואָס די רביים האָבן מחבר געווען. ב. ניגונים ממולאים, דאָס זײנען ניגונים וואָס זײנען מלא תוכן, ניגונים וואָס חסידים האָבן מחבר געווען בשעת זייער עבודת ה' ווי דאַווענען א.ד.ג. ג. ניגונים שוטים, ווי אַ הדס שוטה וואָס וואַקסט אָן אַ טאָלק, האָבן די ניגונים קיין שום פנימיותדיקן תוכן.

אין אַלע דורות האָט מען מחבר געווען ניגונים. עס איז באַ אונז אָנגענומען אַז דער אַלטער רבי האָט מחבר געוועזן צען ניגונים. דער סאַמע באַוואוסטער פון זיי, איז דער ניגון פון די פיר פאַלן וואָס מ'רופט אויך סתם „דעם רבי'נס ניגון”. דער ניגון איז באַ אונז זייער הייליק, און מ'זינגט עם ניט סתם אַזוי, נאָר דווקא אויף ימים־טובים און געוויסע יומי־דפגרא. מיט דעם ניגון פירט מען אויך חתן־כלה צו דער חופה. דער ניגון האָט פיר פאַלן וועלכע זײנען כנגד די פיר עולמות אבי״ע.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_zECqEs8qqc[/youtube]

באַם זון פון דעם אַלטן רבי'ן איז געווען אַ קאַפּעליע וואָס פלעגט שפּילן מוזיק. פון זיי האָבן מיר דעם ניגון וואָס די כהנים זינגען אויפן דוכן, ווי אויך אַ ניגון וועלכן מ'רופט סתם „דעם מיטעלן רבי'נס קאַפּעליע”.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=U0SEov42kNw[/youtube]

ניגונים פון חסידים טיילן זיך אויך אין עטליכע סוגים.

וואָלאָכן
אַ וואָלאָך איז אַ ניגון פון טיפער השתפכות הנפש. געוויינליך איז דער וואָלאָך ניט אײנגעצוימט אין קיינע ראַמען, ער קאָן זיך אויפהויבן און פאַלן ברגע כמימרא. די ניגונים הייסן וואָלאָך ווײלע אַזוי פלעגן זינגען די רומענישע פּאַסטוכער פון וואָלאָכײ. אָט אַ שטייגער איז אַ האַרציקער וואָלאָך וואָס הייסט „דער פּאַסטוך”:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TKKzhJnSEGw[/youtube]

פאָנקעס
פרייליכע ניגונים האָבן מיר אויך עטליכע סאָרטן. איין סאָרט איז אַ „פאָנקע” דאָס הייסט אַ לוסטיקער גוטמוטיקער ניגון, ניט צופיל ליובאַוויטשער דביקות. עס הייסט פאָנקע על־שם די רוסן וועלכע מ'פלעגט רופן „פאָניע”. אָט האָט איר אַ פאָנקע:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uQecX6SQZR4[/youtube]

ניגוני חאַריטאָנאָוו
מחברים פון ניגונים זײנען געווען אַ פולע. די שטאָט ניקאָלאַיעוו (דעם רבי'נס געבורט־שטאָט) האָט אַרויסגעגעבן פון די פײנסטע בעלי־מנגנים. אפשר די סאַמע באַוואוסטסטע פון זיי איז די פאַמיליע חאַריטאָנאָוו. אָט אַ שטייגער, איינער פון די ברידער, ר' שלום, האָט געהאַט גרויסע שוועריקײטן טרעפן אין רוסלאַנד אַ פרנסה וואו ער זאָל קאָנען היטן שבת, האָט ער געוועלט קויפן אַ ניי־מאַשין, אָבער נאָר איינער אַזאַ מאַשין איז געווען, און אַ צווייטער חסיד – ר' פרץ מאָטשקין – האָט אויכעט געהאַלטן אַן אויג אויף דעם. ר' פרץ האָט זוכה געווען אין דעם דין־תורה, און ר' שלום – וואָס איז געווען שטאַרק צובראָכן – האָט אַרויסגעדריקט זײנע געפילן אין אַ ניגון וואָס הייסט עד היום „אַ מאַשינקע”:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Wf8k-3aAiM8[/youtube]
שוין, גענוג געווען פאַר הײנט, אפשר וועט מען ממשיך זײן אַן אַנדער מאָל.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר