שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1978 מאל

שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!

שליחה דורך תוהו ובוהו »

שולי רנד!

שולי רנד איז לכאורה דער גרעסטער היימישער ארטיסט זייענדיג א זינגער, קאמפאזיטער, אקטיאר און פילם דירעקטער, און פערזענליך איז ער פון מיינע באליבסטע רעליגיעזע זינגער, און ער פארדינט אוודאי אן אשכול פאר זיך.

איז קודם לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל ביאגראפיע

שלום יוסף רנד איז געבוירן אין 1962 ביי א מזרחיסטישע פאמיליע אין בני ברק, זיין פאטער איז געווען א פראפעסער אין די בר-אילן אוניווערזיטעט (זיין פאטער קומט ארגינעל פון א חסידישע משפחה אין ראמעניע) ער האט געלערנט אין ישיבת אור עציון בראשות דעם באקאנטן דתי לאומי מנהיג הרב חיים דרוקמן, אין 1980 ביי די אכטצן איז ער געווארן גענצליך פריי און נאכן דינען אין מיליטער איז ער געגאנגען לערנען משחק, אין 1987 האט ער גראדואירט זיינע לימודים און אנגעהויבן זיין קאריערע אין טעאטער און אין פילמס ער האט געשפילט און גאר אסאך פילמס צווישן זיי אין R רעיטעד פילמס, און געווען אן אויפגייענדע שטערן אין טעאטער האבענדיג גאר אסאך הויפט כאראקטארן אין גאר אויפגעכאפטע שפילן.

אין 1996 האט ער אנגעהויבן זיין חזרה בתשובה פראצעדור און איז צוביסלעך געווארן א ברסלב'ר און אנגעהויבן צו זיין שומר נגיעה און גיין אנגעטון מיטן חרדישן לבוש דאן איז ער נתקרב געווארן צו הרב שלום ארוש.

אין יענע תקופה האט ער חתונה געהאט מיטן אקטיארשע 'מיכל רנד' וועלכע האט חוזר בתשובה געווען אינאיינעם מיט אים.

אין קאנטראסט צו אנדערע פולקאמע חוזרים בתשובה א שטייגער ווי אורי זוהר, האט שולי נישט אויפגעגעבן זיין קאריערע נאר נאך א שטיק צייט צוריקגעקומען אין ארויסגעגעבן זיין אייגענע פילם דאס בארימטע פילם 'אושפיזין' ווי ער עקט אינאיינעם מיט זיין ווייב די ראלע פון א בעל תשובה קאפל, אויף זיין עקט אין די פילם האט ער געוואונען "פרס אופיר" (די ישראלישע פאראלעל צום אוסקר), אויך איז ער דער הויפט כאראקטער אינעם פילם 'הבלתי רשמיים' איבער דעם גרינדונג פונעם שס פארטיי, ווי אויך שפילט ער אין גאר אסאך איזראעלי טי ווי שאויס בפרט די איבער חרדים א שטייגער ווי 'אוטונומיות' 'שטיסל' און 'שבאבניקים'.

אחוץ פון זיין פילם קריערע האט ער אין 2004 ארויסגעגעבן זיין ערשטע מוזיק אלבום "נקודה טובה" וואס האט גאר שטארק מצליח געווען אפילו אינעם סעקולארן ישראלישן גאס און באקומען דעם סטאטוס פון א "אלבום פלטינה", און די אלבום זענען פארהאן גאר אויפגעכאפטע ניגונים ווי "אייכה" און "ערפל".

נאכן הצלחה פונעם ערשטן אלבום האט ער אנגעהויבן צו מאכן כסדר קאנסערטס ווי ער זינגט זיינע ניגונים באגלייט מיט לאנגע מאנאלאגן פול מיט שווארצע הומאר אז מ'קען זיך ווארפן פאר געלעכטער און לאנגע געשיכטעס וואס וואלטן געקענט פאסירן.

אנדערש ווי אנדערע חוזרים בתשובה איז שולי בכלל נישט עוסק אינעם איבערצייגן חלק און אינעם לאגישן חלק פון דת נאר ליבערשט פארנומען מיטן געפיהלישן ספירטואלן חלק פון אידישקייט א זאך וואס ער ברענגט גאר שטארק ארויס אין זיין לעצטיגן סינגל "עוקר הרים", (גיבטס נאר א קוק דעם זיסן רעפ דיאלאג וואס ער האט מיט אן אטעאיסט.)

ווי אויך האט ער נישט מורא צו זיך באציען צו די שוועריגקייטן און שאלות און ספיקות און אינעם אויבערדערמאנטן ניגון 'אייכה' באציעט ער זיך צו אלע ירידות און עליות און שאלות און אנטריסטונג כלפי גאט, (אזש אין איינע פון די ישראלישע שאויס איבער 'חוזרים בשאלה' האט מען גענוצט די ניגון אינעם פראמא פון וואס שולי איז נישט געווען צופרידן און געבעטן מ'זאל עס אראפנעמען)

זייענדיג א שטארק געפיהלישן מענטש ציענדיג צום ספרדיש/ברסלב'ן אויפריכטיגן שניט אידישקייט האט ער אדאפטירט דעם ספרדישע אל"ף און עיי"ן, און כאטש ער איז א ריינער אשכנזי פון אלע זיבן זייטן קען זיך צומאל דאכטן אז ער איז א רעכטן אייניקל פון ר' רחמים פון טוניזיע..

אין סוף 2018 איז ארויסגעקומען זיין צווייטע אלבום "רצוא ושוב" וואס האט אין זיך די ניגונים "דע בני אהובי" און "צדיק" וואס איז א ניגון איבער היפאקריטיע פון אזעלכע א.ג. צדיקים וואס פאר זיך זעלבסט גייט נישט אן אלעם וואס זיי פארקויפן פאר יענעם, די ניגון האט אנגעמאכט א שטיקל שטורעם ווען קול חי האט עס נישט געוואלט שפילן וויבאלד "עס מאכט חוזק פון צדיקים"...

ווי אויך האט ער ארויסגעגעבן אסאך סינגעלס ווי דער פאפולערער "בין קודש לחול" מיט אמיר דדון, און "שער הדמעות" מיט ארקדי דוכין.

די לעצטע פאר יאר איז ער פארוויקלט אין א שמוציגע פרשה מיט זיין ווייב מיכל רנד פון וועם ער האט זיך אפגעטיילט אין 2016 ווען זי באשמוצט אים כסדר און באשולדיגט אים אין איר האבן געשלאגן און גע'רודף'ט און זי פארלאנגט 5 מיליאן שקלים כדי צונעמען א גט, שולי פון זיין זייט איז לעצטענס ארויסגעקומען זיך פארטיידיגן און ער באשולדיגט איר און צאפן זיין בלוט און פארטאכלעווען זיינע פארדינסטען במשך יארן, למעשה זעהנדיג אז זי האלט נישט ביים נעמען א גט האט ער געשאפט א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט אפאר וואכן צוריק מיט 'צופית גרנט' א באקאנטע פרייע טי ווי האוסט אין ישראל.

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר