זינגער "שחר עדוי"

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
חיים פיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 7:58 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

זינגער "שחר עדוי"

שליחה דורך חיים פיש »

שלום וברכה!

לכל זמן ועת, נאכ'ן זייין פון די גאנץ אפטע געסט דא אויפ'ן זייטל פאר א שיינע פאר יאר און זיין נאר א מקבל, האמיר געטוישט סטאטוס פון א גאסט אידענטיטעיט צו "חיים פיש" אידענטיטעיט צו קענען פון צייט צו צייט אויך זיין א משפיע.
וחפץ ה' בידינו יצליח!

לענינינו, נאכ'ן נאכפאלגען א רעקאמאנדאציע פונעם יוי טוב פלאטפארמע, האט עס מיר געטראגן 'אפ נעקסט' צו א ווידיאו פון "שחר עדוי", ס'איז מיר געווען א חידוש אז דא אינעם שטיבל איז נאכנישט דא א שמועס איבער איהם.

אלס א פערזאן וואס האלט שטארק ביי די מיינונג אז די חיצונית איז/דארף נישט משפיע זיין אויפ'ן פנימיות, ווי למשל איך גלייך אריינצושפאצירן אין א באר אדער זיך ארויסשטעלן סייווי אלס חסידישע יונגערמאן מיט'ן פילן טראגע אבער דאך מעג/קען איך טוהן סיי וואס איז (פארשטייט זיך מותר על פי תורה) אפילו נישט אויסגעהאלטן אין די קולטור ווי איך דריי מיר; איז מיר מורא'דיג געפאלן צו טרעפן ר' שחר ני"ו - וואס אויסערליך מאכט ער אן איינדרוק ווי א סטאנדארד היימישע בחור, אראפגעלאזטע שיינע פיאות מיט די פשוט'ע האלף-פרעימד גלעזער, גראדע די זאקן זיינע האט ער זעהט זיך אויס נישט געהאט קיין פרישע און די שיך האט ער בטעות נאר געטראפן די קעמפ סניקערס (ער איז פארט א יתום פון זיין מאמע)... - אבער טרעט אויף אזוי פאוערפול אויף עקס-פעקטאר, וואו!

דא האט איר אפאר שיינע שטיקלעך פון איהם אויף די ישראל'ישע עקס-פעקטאר:

"חולם כמו יוסף" פון חנן בן ארי, וואו!
https://youtu.be/GwcFbkbdh_A


"Man in the Mirror" פון מייקל דזשעקסאן, גאר גאר שטארק!
https://youtu.be/wY9-g6HRIxk


און פון פרוי גאגא "Born this way"
https://youtu.be/LOL6bOoWqRQ


איך בין מורא'דיג נתרגש געווארן פון איהם זעהן אויפן סטעידזש מיט'ן גאנצן חן!
לאמיר הערן אייערע מיינונגען.


אויך געטראפן א שטיקל אינטערוויאו צווישן איהם מיט זיינע געשוויסטער (מורא'דיג נתפעל געווארן פון די ברודערליכע אחדות צווישן אלע קאלירן געשוויבטער)
https://www.mako.co.il/tv-the-next-star ... 0c10acRCRD

האט הנאה!

חיים פיש

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר