אלטע אידישע ניגונים

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

אלטע אידישע ניגונים

שליחה דורך בן תמליון »

עס איז שוין דא אן אשכול איבער גוישע ניגונים אבער נישט איבער אלטע אידישע ניגונים עס איז דא אוצרות וואס ווערן שנעל פארגעסן. ביטע לייגט צו וואס איר געפינט ווערט צו פאראייביקן.

צו אנפאנגען ברענג איך דעם אלטן הארציקן לידל אויפן פריפעטשיק:

אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אלף־בית.


זאגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע,
וואס איר לערנט דא;
זאגט זשע נאך א מאל, און טאקע נאך א מאל:
קמץ־אלף: אָ!

לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
אזוי זאג איך אייך אן;
ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי,
דער באקומט א פאן.

לערנט, קינדער, האט נישט מורא,
יעדער אנהייב איז שווער;
גליקלעך דער וואס האט געלערנט תורה,
צי דארף א מענטש נאך מער?


http://www.youtube.com/watch?v=UUF-jHyEuNg

דער מחבר איז געווען מארק ווערשאבסקי נישט קיין פרומער איד. דער ניגון אזי אבער געווארן איינגעבאקן ביי אידן אומעטום ווי א הייליק טראדיצאנאלער לידל. זעט דא ווי דער רבי פון ליבאוויטש ברענגט א ראיה פון דעם ניגון אז מען דארף לערנען מיט די קינדער קמץ אלף אָ.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר