ניגוני בית וויז'ניץ מבית היוצר של ר' בנימין הרטמן

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

ניגוני בית וויז'ניץ מבית היוצר של ר' בנימין הרטמן

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער ערשטער אלבום פון די סעריע איז געווען דער גאר געלונגענער אלבום "אודה". מונה רוזנבלום ארבעט דארט אריין כמיטב יכולתו אין זיינע תור הזהב יארן. בנימין הרטמן, דער מנצח מקהלת חסידי וויזניץ באווייזט זיינע אייגנארטיגע טאלאנטן מיטן קווייער וואס איז געווען א חידוש בימים ההם, און מיט די גאר געלונגענע און קאלירפולע קאמפעזאציס און מנגנים (אברמי ווייס, יצחק חכם ועוד) איז עס געווען ממש א היט פון א טעיפ אין וועלעכן איין ניגון נאכן אנדערן איז געווען אינטרעסאנט און ספעציעל, און דאס איז פון די טעיפס וואס איז נאך עד היום געבליבן א זעלטענער אלבום.

א ספעציעלע גאסט סאליסט באשיינט דעם טעיפ וואס יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי אדער גאר ביידע בבת אחת, און דאס איז דער דעמאלסטיגע וועלטס ילד הפלא ישראליק הערשטיק. אבער אזוי צו אזוי האט ער זיכער צוגעגעבן צום באמבאסטישקייט פונעם אלבום.

איין יצורה פון דעם אלבום מיט א פארתייטישער טעם, איז לעצטנס געווארן אפגעשפילט לעיני אלפי ישראל ביי די כ"א כסליו דינער ביי מהר"א מסטמאר, מיט בערך די זעלבענארעינדזשמענטס ווי אויפן טעיפ, אנגעפירט טאקע דורך מונה'ן. דאס איז דער יצירה מה אשיב פון הרב פאלאק, פון די וויזניצער מלחינים (איך מיין אז ער איז אויך דער מחבר פון יודי לד') וואס איז פאבליצירט געווארן אין יוטוב און אנדערע ווידיאו סייטס דורך פרייליך, און האט זוכה געווען צו א גאר שטארקער פאפעלאריטעט.

א צווייטער אלבום מיטן נאמען בני בתך קוקט מיר אויס אביסל אומרייף, אבער פארט, אן אלבום מיט מונה און בנימין הרטמן איז קוואליטי סחורה.

דער דריטער אלבום איז דער בחן'טער טעיפ "הבן יקיר לי" טעיפ מיט הערליכע מוזיק (פון מונה), ניגונים, און קווייער פון ר' בנימין.

דער פערטער אלבום געדענק איך נישט דעם נאמען און ווי אויך האב איך עס נישט געהערט, נאר אויסצוגן דערפון אין קול מבשר. די מוזיק איז א טייל פארשטייט זיך דורך מונה און נאך עטליכע ארעינדזשערס, צווישן זיי ישראל לאם. ווייזט אויס אז בנימין פילט אויך א קאנעקשן צו ישראל לאם'ס מוזיק. (זיין שייכות מיט לאם האט זיך אויך ארויסגעשטעלט מיטן ניגון ארזי הלבנון פון ליפא שמעלצער אויף וואס לאם מאכט די מוזיק און ר' בנימין מאכט די קווייער).
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר