וועב בראוזערס / Web Browsers

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

וועב בראוזערס / Web Browsers

שליחה דורך פאליטיקאנט »

וועב בראוזערס זענען גאר סאפיסטיקירטע פראגראמען, און עס איז ממש ווי א אפערעיטינג סיסטעם פאר זיך, ממילא איז זייער ראטזאם צו אויספרובירן עטליכע פארן זיך זעצן אויף א דיפאולט בראוזער.

דא וויל איך ליסטן פארשידענע בראוזערס און זייער מעלות / חסרונות.

Chrome:
די מערסטע פאפולער, ארויסגעגעבן דורך גוגל.
מעלות: זייער שנעל, זייער אינטואיטיוו און ריין, שטארק מעינטעינד.
חסרונות: ציט גאר אסאך מעמארי, האט נישט אזויפיל פיטשערס ווי אנדערע, זערא פרייוועסי.
https://www.google.com/chrome/

Brave:
ווערט ארויסגעגעבן דורך גאר אנגעזענע פריוואטקייט אקטיוויסטן.
מעלות: ארבעט גאר גאר שנעל, געבויט אויף קראום האט עס די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, ס'קומט מיט אן אריינגעבויטע אדווערטייזמענט בלאקירער וועלכע איז זייער עפעקטיוו (האט אן אפציע צו באקומען אדווערטייזמענט פאר געלט!), ציט ווייניגער מעמארי, ווערט אפדעיטעט אזוי שנעל ווי קראום.
ווי אויך האט עב אן אריינגעבויטע Tor בראוזער וואס מיינט אז מען איז באמת אנאנים, (און מיט דעם קען מען אויך ארומוואנדערן די טונקעלע / טיפע געוועב (dark / deep web)
חסרונות: עס האט נישט די "סינק" (sync), מיט גוגל פאר פעסווארדס און אנדערע גוגל סערוויסעס.
https://brave.com

Firefox:
די איינציגסטע עכטע אלטערנאטיווע פאר די קראום געבויטע בראוזערס.
מעלות: ארבעט רעלאטיוו שנעל, זייער 'סטעיבל', שטארק פרייוועסי פאקוסד, אריינגעבויטע עד בלאקיר, פולע 'סינק' מיט זייער אײגענע סערוויסעס, האט אסאך אינטערעסאנטע פיטשערס.
חסרונות: האט נישט אלע עקסטענשן'ס וואס קראום געבויטע בראוזערס האבן.
https://www.mozilla.org/en-US/exp/firefox/new

Edge (new Edge):
די דיפאולט בראוזער אויף ווינדאוס 10 דורך מייקראסאפט.
מעלות: געבויט אויף קראום האט עס 'כמעט' די זעלבע דעזיין און סופארט פאר עקסטענשאן'ס, אסאך אייגענע פיטשערס און זיי האלטן אינאיין צולייגן און אפדעיטן, ניצט 'אביסל' ווייניגער מעמארי ווי קראום, א 'שטיקל' עד בלאקיר נאר פאר געוויסע אדווערטייזמענטס און פאפ אפ'ס, פולע מייקראסאפט "סינק"
חסרונות: עס איז נישט אזוי פריוואט.
https://www.microsoft.com/en-us/edge

עד כאן זענען די מערסטע באקאנטע און בעסטע בראוזערס.
איך פערזענליך נוץ נישט קראום פשוט ווייל די אנדערע זענען סאך בעסער (איך נוץ ברעיוו וועגן די שנעלקייט און עד בלאקער און פייערפאקס פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן).

אויב איינער קען צולייגן זייער עקספיריענס / רעוויו / אנדערע בראוזערס, יישר כוח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר