Shmooz AI

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 559
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1406 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1228 מאל

Shmooz AI

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך האב נישט צופיל אינפארמאציע איבער דעם, דאס הייסט איך בין נישט באקאנט ווער עס איז די אייגענטומער, ווי אלט דאס איז און אויב דאס איז דער ערשטע אזא סארט פלאטפארמע. אבער פאלגנט איז וואס איך ווייס יא.

היינט איז געווען עדווערטייזט אויף "אביסל סטעטוס" אן AI ווערסיע (אזוי-צו-זאגן) וועלכע לויפט אויף וואטסעפפ. פארשטייט זיך מען האט זאפארט געדרוקט דעם לינק קנעפל און אנגעהויבן דרייען א קאפ פאר דעם AI, אזויווי עס פאסט זיך פאר א נייגעריגן איד.

י Shmooz AI לויפט אויף וואטסעפפ, דאס הייסט אנשטאט אן עפפ פאר זיך אזויווי chatgbt שרייבט מען זיך מיט אן אטאמאטישן וואטסעפפ עקאונט. ווי איך פארשטיי האט עס אסאך סארט AI מעגליכקייטן, אנגעהויבן פון שמעוסן, פרעגן גוגל סארט פראגעס, בעטן קאמפליצירטע פאעמעס און ארטיקלען, און אויך בילדער. איך בין נישט זיכער אויב עס קען פראדוצירן בילדער, אדער בלויז ברענגען בילדער פונעם אינטערנעט.

אויך האט עס אן אפציע אז מען קען לאזן "וואויס נאוטס" און עס "ריפלייט" דערויף. דאס האב איך נאכנישט פראבירט, אבער עס ווענדט זיך מן הסתם ווי קלאר מען רעדט און ווי קלאר עס ווערט רעקארדירט.

דאס ביסל וואס איך האב דאס פרובירט טוט דאס גאר א פיינעם ארבייט!

אנהויב איז עס פריי פון אפצאל, דערנאך $9.99 א חודש. (שוין געסווייפט מיין קארטל)


ווער עס ווייסט מער איז געבעטן.

@שאלתיאל איך האף אז איך כאפ אייך נישט אויס, אויב יא און די קומסט מיט א דעטאלירטן שאלתיאל סטייל ארטיקל, דאן וועל איך מאכן א ריקצוג און פארמעקן מיינס.

https://wa.me/message/KXW7TINAKYNMP1
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר