אויב ביידן גייט געווינען..

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

אויב ביידן גייט געווינען..

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]פאר 4 יאר צוריק אין 2016 האב איך געוואוט פאר הילערי ראדעם קלינטאן. איך בין געגאנגען קעגן מיין פארטייס אינטרעסט און געוואוט צום ערשטן מאל פאר א דעמאקראט, איך האב קאמפרעמייזט אויף מיינע ווירדן און פילאזאפיעס און געקעסט מיין וואוט פאר א דעמאקראטישע פרוי. איך האב מיך נישט געקענט צוזאמקלייבן צו וואטען פאר אן איש [רשע] וגס רוח, אזוי ווי מיין ידיד [tag]העניך[/tag] האט דאס אילוסטרירט. פונקט ווי טויזענטער אנדערע רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך, האב איך נישט געקענט משיג זיין וויאזוי א מענטש קען וואטען פאר אזא געמיינער מענטש. א מענטש פון נידריגסטן קלאס, אן קיין שום ווירדן. איך האב געדזשוינט די היסטעריע פון די מעינסטרים מידיא, איך האב געגלייבט טאני שווארץ - דער גאסט-שרייבער פון די ארט אוו די דיעל – אז טראמפ גייט חרוב מאכן אמעריקע, די קאמקעסטס האבן מיך אלעמירט אז טראמפ גייט אריינגיין אין 5 מלחמות יעדן האלבע יאר, די סטאקס גייען טראסקענען אין סינגעל דיזשעטס, און אמעריקע גייט גיין פייפן אזוי ווי מיר ווייסן עס. אין די נאכט פון די וואלן האב איך פארלאזט א טרער, רבוש"ע וויאזוי קען זיין אז אזא ליידיגן מענטש גייט פירן די מאכטפולסטע לאנד אין דער וועלט.

די רעזולטאטן פון די עלעקשען יעדע 4 יאר זעט אויס ווי די רעזולטאטן פון א גאס קלינען-טראק, עס נעמט די שמיציגע ליידיגע סאדע באטל פון איין פלאץ און ריפלעסט עס מיט א ליידיגן סנעפל באטל אויפן זעלבן פלאץ. פאליטישענס שווערן זיך צו ריקן די נידל, מען זאגט צו אפיקומן, פון די בעסטע העלט אינשורענס ביזן ריקן די עמבעסי אין איזראעל, פון פריזן רעפורם ביזן שניידן טעקסעס.

א טאג נאך די עלעקעשען יעדע פיר יאר, הערט מען 2 ווערטער פון יעדן פאליטישען: "נעווער מיינד".

ביים ענדע פון די טערמין, האט שוין די פאליטישען א פארטיגע גאנצע ליסט פארוואס ער האט עס נישט געקענט טון, און ווי שטארק ער האט באמת יא פראבירט עס צוטון. און די "עפאלעדזשי טאאר" ווערט עקטעוועזירט ביי יעדן אינקאמבענד.


[center]***[/center]מיין שטימע אין 2016 איז געווען א רעפארענדום איבער איין מענטש: דאנעלד טראמפ.

אבער די אמעריקאנע וויילער האבן גענומען דעם געמבעל, און געמאכט א רעפערענדום אויף די גאנצע וואשינגטאן עסטעבלעשעמענט. אזוי ווי מייקל מאאור האט געשריבן אין זיין דאקעמענטערי: "די 2016 רעזולטאטן גייט זיין די גרעסטע מיטעלסטע פינגער אינעם היסטאריע פון די אמעריקאנער עולם צו די עסטעבלעשמענט".

אין 2016 האט די אמעריקאנער עולם צום ערשטן מאל געפליפט דעם קוין, און געזאגט פאר די פאליטישענס: "נעווער מיינד".

די נעווער מיינד צו דזשאן קערי, ווען ער האט זיך געשוואוירן מיט זיין גלעזער אויפן שפיץ נאז, אז עס גייט קיינמאל נישט זיין שלום אין מיטל מזרח, און ארץ ישראל קען זיך געזעגענען פון שלום מיט אראבישע לענדער.

פונקט ווי מיין ידיד העניך בין איך נישטא צו איבערצייגן קיינעם צו וואטען אויף איין וועג איבער די אנדערע, נאר צו הינטערצושטרייכן צוויי נקידות:

1. עס איז שוין געקומען די צייט צו רעטייערן די אטאקעס אויף טראמפ'ס נאטור – עס איבעלט שוין.
2. עס איז נישט אויפריכטיג צו סטיריוטייפן יעדער וואס וואט פאר טראמפ.

הכל יודעים וואס טראמפ האט געזאגט אין די לאקער רום, און מיר ווייסן אויך אז ער האט נישט רעליסט זיין טעקס רעטערן. עס איז נישט קיין סוד וואספארא נידריגע כאראקטער טראמפ פארמאגט, מיר ווייסן ווער סטארמי דעניעלס איז, און מיר האבן אלע געליינט די ביכער פון די דזשאן באלטן און מייקל כהן.

אבער אין 2020 גייט די רעפארענום זיין איבער מיין טאש, ווירדן און פיליזאפיע, נישט איבער איין איינציגע מענטש.

אויב איינער קומט צו צו [tag]העניך[/tag], און ווייזט אים א רמז אין די תורה אז טראמפ האט אן 80% שאנס צו פארבעסערן זיין לעבן, און ביידן האט א 20% שאנס צו פארבעסערן זיין לעבן, און העניך איז איבערצייגט אין די פרעדיקשען, וואלט יעדער רעכדענקיגער מענטש געזאגט אז העניך וועט פארקיקען אויף טראמפס שלעכטער נאטור, און וואטן פאר "זיין לעבן". העניך וועט פארקוקען אויף זיין פארטיי, ער וועט זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס דער ניו יארק טיימס זאגט, אפילו א שטילע חצופ'דיגע שטימע זאגט אים אז טראמפ האט נישט געהאט קיין איין מלחמה, און מ'זעט מער נישט קיין ווידיאוס ווי אייסעס האקט קעפ. אמת אז דער ניו יארק טיימס זאגט אז דאס איז נישט טראמפס קרעדיט נאר זיין פארגייער.

אבער העניך מאכט זיך דעם חשבון, אז נאך אלעמען איז דאס א ווערטער שפיל, אן עדיטאריעל שפיל פון ווערטער מיסעלס ווער עס קען בעסער אראפרייסן די צווייטע פארטיי. העניך איז אויך גענוג קליג נישט אוועק צו מאכן וואס די עקספערטן ווארענען אז טראמפ מיט זיין שלעכטע נארסאסיזם האט געמאכט די וועלט אין א ערגערע פלאץ, העניך קימערט זיך דוקא יא פאר די פארדארבענקייט פון די דער קאלעקטיווער אמעריקאנער נשמה וואס טראמפ האט דורכגעפירט די לעצטער 4 יאר. אבער מאכט זיך די חשבון אז ער וועט גארנישט האבן דערפון אויב אמעריקע וועט האבן גוי ביידן, ווייל נאך די וואלן לעשט מען אויס די טעלעוויזע און מ'דארף באצאלן גאזאלין און בילס, און עס וועט עקל'ן גאר שטארק אויב נעקסטע מאל ביים אנצינדן די נייעס, וועט מען זען א פרישע אייסעס ווידיאו.

פארשטייט זיך אויב העניך איז איבערצייגט אז גוי ביידן וועט מאכן זיין לעבן בעסער, דאן זאל ער זיכער וואטען פאר זיין קאנדידאט. אבער לדעתי ברעכט עס פון די נאז ווען מ'מאכט א רעפערענדום איבער טראמפס טעקס רעטורען, און טראמפ'ס אוממאראלישע מעשים, ווייל זיינע מעשים זענען נאר רעלעווענט פאר א גוטע סאונד בייט צו אטעקירן א טראמפ'סטער, אבער נישט אויף למעשה אויב זעצן מיר איין אז איינער איז איבערצייגט אז דער איצטיגער פרעזידענט גיין בעסער מאכן זיין לעבן.

אין 2016 האבן מענטשן אזוי ווי מיך גערעדט פון זיין כאראקטער, מיר האבן נישט געוויסט וואס צו עקספעקטן פון אזא מענשט, וויאזוי קען אזא משוגע'נער פירן דאס לאנד? עס איז אריבער 4 יאר, און טראמפ איז געבליבן טראמפ, און אמעריקע איז געבליבן אמעריקע. און טראמפ'ס חסידים וועלן שרייערן אז טראמפ האט געטון זאכן אין אמעריקע וואס קיין שום פאליטישען האט געקענט טון בעפאר און די דעמאקראטן וועלן שרייען להד"מ.

אויב איינער זאגט אז ער גייט ווערן אפגעפרעמדעט פון זיינע חסידישע ברידער ווייזט דאס אז ער מאכט דאס פרעזענדליך. נישט יעדער חסידישע וואטער האט דורכגעליינט מייקל כהן'ס בוך, און נישט יעדער חסידישע וואטער ליינט דער ניו יארק טיימס. מענטשן וואטען פאר די טאש און ווירדן.

יעדער מענטש ווען ער וואוט דארף ער צומאל קאמפרעמייזן, אמאל איז דא א פאליסי פון די אנדערע קאנדידאט וואס ער גלייכט, אבער אן אנדערע זאך פון זיין קאנדידאט וועגט איבער. אמאל איז דא א מענטש וואס איז גרייט צו וואטען פאר א קאנדידאט איבער ווירדן (אזוי ווי איך 4 יאר צוריק) און אמאל איז דא איינער וואס דארף א פרעזידענט וואס "מאכט זיך" ווי ער האט ליב אידן, איבער אן אנדערע קאנדידאט וואס מאכט זיך נישט.

נישט יעדער [חסיד] וואס וואוט פאר טראמפ קאנדאנט זיין פרעזענליכע לעבן געשיכטע.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ קאנדאנט זיין פריוואטע אוממאראלישע עפיזאדן.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ איז דיפלארעבל.
נישט יעדער וואס וואוט פאר טראמפ איז אין אפוועזענד פון לאגיק און ראציאנאלזים.

א וואוט פאר טראמפ קען מיינען א וואוט קעגן די צווייטער אויפן דעמאקראטישן טיקעט.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען אלס הכרות הטוב פאר זיין "געמאכטע" פריינדשאפט פאר אידן.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען קעגן די ליידיגע סנעפל באטל וואס קען ריפלעסן די ארענדזשע מענטש.
א וואוט פאר טראמפ קען מיינען א מיטלעסטע פינגער פאר 100% פון די מעינסטרים מידיא.
א וואט פאר טראמפ קען מיינען א מיטעלסטע פינגער פאר וואשינגטאן, פעלאסי, און עדעם שיף.

פונקט אזוי ווי מיר פארשטייען דיך אז דו ווילסט וואטען פאר ביידן, ווייל טראמפ'ס ווירדן שפילט ביי דיך א נומער איינס פריארעטי, און מיר גלייבן אז אויב למשל מיט ראמני וואלט יעצט געלאפן וואלסטו פארשטאנען פארוואס איינער זאל וואטען פאר אים, די זעלבע דא זענען פארהאנען אן א שיעור מענטשן וואס קענען פארקיקען אויף א פרעזענדליכע נאטור פון א פרעזידענט, אין אויסטויש פאר קאנסערוועטיוויע פאליסיס, געמאכטע פריינדשפאט פאר אידן, אדער א פרעזידענט וואס פייט פאר די לאנד אז די דעמאקראטן זאל נישט דאס קענען אפשפארן אינמיטן די איצטיגע קריזיס.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר