אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

אויסשליסליכע אינטערוויו מיט צימערמאן (אמת)

שליחה דורך חקרן »

איך וויל אייך דערציילן אמת'ע דיבורים, דברים כהוויתן...

איך האב זיך באגעגנט מיט הרב צימערמאן אויף א באס, דוכט זיך דאס ערשטע מאל וואס איך האב אים באגעגנט פנים אל פנים. איך האב זיך גראד אוועקגעזעצט נעבן אים און אנגעהויבן שמועסן מיט אים. במשך א שעה צייט האבן מיר געשמועסט על דא ועל הא, איך וועל נישט שרייבן מיין גאנצע שמועס מיט אים, אבער איך וועל ארויסנעמען עטליכע אינטערעסאנטע זאכן פון אונזער שמועס.

האמת אגיד, אז איך האב אנגעטראפן אן אנדערן סארט מענטש ווי איך האב ערווארטעט צו טרעפן. דער איד איז א ווייכער מענטש פון נאטור, אן איידעלער, שמועסט געשמאק און מען דערקענט אויף אים א רגש און ליבשאפט צו אנדערע מענטשן, ער איז נישט סתם אן אנגעבלאזענער וואס האט פיינט די גאנצע וועלט, ער איז זייער איידל און א פוטער ווייכער מענטש. פון די אנדערע זייט בין איך איבערצייגט געווארן אז דא האנדלט מען פון א מענטש וואס איז באמת נישט אזוי קלוג און געריבן, ער איז היבש מצומצם און פארשטייט נישט צופיל זאכן. ער איז נישט אויסגעקאכט אין זיין שיטה און איז היבש וואקלדיג מיט זיינע ווערטער און געדאנקען.

אנהויבנדיג שמועסן מיט אים, האט אים געציטערט הענט און פיס, ער האט געהאט א געוואלדיגע לחץ פון מיר, און ער האט געענטפערט מיט האלבע זאצן. איך האב אים קלארגעשטעלט אז איך בין נישט דא צו לייגן לחץ, און אויב עס איז אים שווער, דאן הויב איך זיך שוין אויף און איך זוך זיך א צווייטן ארט. ער האט מיר אבער געזאגט אז ער איז באקוועם און איך קען רעדן מיט אים. ווי לענגער מיר האבן גערעדט, אלס באקוועמער איז ער געווארן און זיך געלאזט רעדן.

איך האב אים געפרעגט פון וועמען ער האט מקבל געווען דעם דרך, און פון וואו ער נעמט דאס צו טון, ער האט מיר געזאגט אז זיין מנהיג רוחני איז ר' משה בער בעק, מיט וועמען ער שמועסט זיך דורך אלע וויכטיגע נושאים, ר' משה בער סעפארט אים און אדווייזט אים ווי אזוי זיך צו פירן. אויף מיין שאלה פון וואו ער לעבט, האט ער מיר קודם געענטפערט אז דער באשעפער שיקט פרנסה און דער באשעפער מאכט לעבן, ער האט מיר אויך געזאגט אז באמת ארבעט ער א חלק פון טאג, ער טוט ארבעט אין א געוויסע ווערהויז וואס פון דארט שעפט ער פרנסה. ער האט מיר אויך מרמז געווען אז מצד משפחתו איז דארט פאראן געלט, דוכט זיך אן אויסגעצאלטע הויז וכו'...

בנוגע די יחסים מיט זיין משפחה, האט ער מיר געזאגט אז זיינע ברידער זענען אהרונים, ער איז טאקע מוחה קעגן דעם מנהיג שקר (כלשונו) ווען ער קען, אבער ער האלט אן גוטע באציאונגען מיט זיינע ברידער. זיין טאטע איז מער זאלוניש געשטימט. ער דערציילט מיט שטאלץ ווי אזוי מען האט אים ארעסטירט ביי א פראטעסט אין מאנרא, ווען ער האט מוחה געווען פארוואס ר' אהרן האט אויפגענומען דעם דושינסקי רבי. ער זאגט "דאס איז געווען א גרויסער קידוש השם מסוף העולם ועד סופו...", אויף מיין פראגע צי ער וואלט דאס נאכאמאל געטאן, ענטפערט ער מיט א זיכערקייט "יא!".

דער הוט וואס ער גייט, איז צוליב דעם וואס ער איז אן איידעם ביי א ביאנער חסיד. אלס בחור פלעגט ער טראגן א שטאפענער הוט אינדערוואכן און א ברייטער הוט אום שבת, נאך די חתונה האט ער דאס געטוישט. זיינע באציאונגען מיט זיין שווער איז היבש אנגעצויגן, זיין שווער איז אומצופרידן מיט זיינע פעולות, אבער ער האט קלארגעשטעלט פאר זיין שווער, אז טאמער ער ברענגט אים איין בירור הלכה אז מען מעג טראגן אום שבת מיטן וויליאמסבורגער עירוב, גיבט ער אויף די מערכה, און אפילו דאס איז בלויז א דעת יחידאה וואס אנדערע זענען מחולק דערויף... לויט זיינע ווערטער האט זיין שווער ביז היינט נישט באוויזן צו ברענגען אזא בירור הלכה.

מיט זיינע שוואגער, די קינדער פון זיין שווער, לעבט ער זיך גאנץ פיין, הגם ער קריגט זיך אסאך מיט זיי, דאס איז אזעלכע יחסי אהבה/שנאה... ער שרייט זיי נאך אין די גאס שבת, אבער א מינוט דערנאך קענען זיי שמועסן פריינטליך. ער האט ליב זיך צו דינגען און קריגן מיט זיי בדברים העומדים על הפרק, אבער עס איז נישט מיט א שנאה אדער האס, נאר מיט א בחינה פון את והב בסופה... אויף מיין שאלה צי ער שרייעט אויף זיין שווער שבת אין גאס, ענטפערט ער אז זיין שווער טראגט נאר בצנעה און דעריבער איז דאס אים קיינמאל נישט אויסגעקומען. איך האב אים געפרעגט צי ער וואלט דאס געטאן אין פאל אז ער זעט זיין שווער טראגן, זאגט ער אז ער דאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט דעם נסיון און ער ווייסט נישט וואס ער וואלט דאן געטאן.

מיט זיין שוויגער, דערציילט ער, האט ער זיך שוין אמאל פארפלאנטערט, בשעת זי האט געטראגן מיט א קערעדזש. ער האט נישט באמערקט אז דאס איז זיין שוויגער, ווייל ער קוקט נישט אויף קיין פרויען... ער האט געזען א פרוי מיט א קערעדזש האט ער זיך גענומען מאכן קולות אויף איר "שבת", אבער דאס האט נישט גוט אויסגעקלאפט, זי איז געווארן ערנסט באליידיגט אויף אים, און ער האט איר געמוזט איבערבעטן און אפילו שרייבן אן איבערבעטונגס בריוו... עס איז נישט געווען אזוי פשוט.

מיט זיין ווייב האט ער גוטע קשרים און זיי פארשטייען זיך. ער האט אסאך ארומגערעדט אין שטוב און ערקלערט זיינע דרכים, ביז זי האט אים פארשטאנען און זי איז מיט אים אויף איין פעידזש. בנוגע זיינע קינדער, זאגט ער אז זי עלסטע איז א מיידל פון עלעוו יאר און זי האט נאכנישט אויפגעכאפט וואס ער טוט וכדו', די יונגערע זענען יונגלעך אבער זיי זענען נאך יונגער און באגרייפן אויך נישט. אויף מיין פראגע צי מען טשעפעט זיי אין חדר אויף זיינע פעולות, האט ער געענטפערט אז ניין, ער האט נאך קיינמאל זיך נישט געהערט באקלאגן פון זיי דערוועגן. איך האב אים געפרעגט "תכלית, וואס וועט זיין - די קינדער וועלן עלטער ווערן און עס וועט ווערן א שאלה בנוגע שידוכים, וואס וועסטו טון? - ווער וועט זיך וועלן משדך זיין וכו'? - ווי אזוי טוסטו דאס פאר דיינע קינדער? - האט ער געענטפערט דערויף אז שידוכים קומט פון הימל, א מענטש טאר נישט מאכן די סארט חשבונות, מען דארף טון וואס מען דארף טון און דער באשעפער וועט שוין פירן זיין וועלט...

אויף מיין שאלה צי ער באקומט אמאל סטראשונגען און בריוולעך אדער טעלפאן רופן, ענטפערט ער אז נישט. ער זאגט אז די דאזיגע צייטן פון סטראשען זענען שוין פארריבער, ער איז משער אז מיט צוואנציג יאר צוריק וואלט מען אים מסתמא יא באווארפן און געמאכט פאוני קאלס, אדער אין די היינטיגע עפאכע האט מען שוין מורא און קיינער טוט עס נישט. ער דערציילט אז ער האט יא איינמאל באקומען א פאוני קאל פון א בחור'ל, אבער דאס איז געווען ממש די איינציגסטע מאל וואס ער האט אזאנס באקומען. אין די גאס קען מען אים יא אמאל נאכשרייען אדער זאגן עפעס א ווארט, בפרט בשעת א הפגנה, אבער ער מאכט זיך נישט צוטון פון דעם.

איך האב אים געפרעגט, פארוואס ער גייט נישט אריין צו די רבי'ס זיך דורכשמועסן מיט זיי און זיך פראבירן דורכצוקומען מיט זיי. ענטפערט ער אז ער חנפ'עט נישט קיין רשעים. איך האב אים אבער פראבירט צו צימבלען אז פארקערט, ער זאל אריינגיין צו די רבי'ס שרייען און מוחה זיין בפניהם, הערן וואס זיי האבן צו ענטפערן וכו', אבער ער האט געהאלטן אז לא זו הדרך, מען טאר זיי נישט אנערקענען און מען דארף מוחה זיין בריש חוצות אויף זיי.

לויט זיינע ווערטער פארט ער כמעט נישט ארויס פון אמעריקע. זינט זיין חתונה איז ער ממש נישט ארויסגעפארן און פאר זיין חתונה איז ער בלויז איינמאל געווען אין ליזענסק אויף כ"א אדר. ער וויל נישט פארן בשיטה, קיין ארץ ישראל זיכער נישט. אפילו זיין ווייב לאזט ער נישט פארן, און בלויז איינמאל האט ער איר געלאזט פארן בתנאי אז זי פארט בלויז אין פלעצער וואו ער האט איר ערלויבט צו פארן. פארט פארט ער אין פארשידענע פלעצער אין אמעריקע, מוחה זיין קעגן די מדינה, ער פארט צומאל מיט די נטורי קרתא און ער איז זיך משתתף מיט זייערע הפגנות. איך האב אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די בילדער וואס דרייען זיך פון צייט צו צייט, ווי אזוי נטורי קרתא דרייען זיך אויף אויסגעלאסענע ערטער און עס מאכט נישט קיין גוטע רושם. האט ער געענטפערט אז נארישע מענטשן מיט טריפ'ענע קעפ האבן ליב צו טרעפן די סארט סעטואציעס און דאס פארשפרייטן איבעראל, אבער באמת טראכט קיינער נישט פון די סארט זאכן. אויף מיין פראגע פארוואס ער איז כסדר מוחה אין די היימישע געגנטן, בשעת אינדרויסן פון די היימישע געגנטן איז פאראן פיל מער פירצות בחומת הדת, ציונות בוזשעוועט אין די פרייע גאסן און אנדערע פירצות אין צניעות איז פיל ערגער אין מאנהעטן וכדו'... האט ער געזאגט אז דאס וואס ער טוט קען ער טון, אינדרויסן איז נישט אין זיין יכולת...

צום סוף האב איך אים געפרעגט צי ער וואלט נישט געוואלט האבן אן אינטערוויו מיט א צייטונג, אז זיין קול זאל געהערט ווערן בריש חוצות, האט ער געעפנטפערט אז צייטונגען זענען טריפה און פון דארט קען קיין גוטס נישט ארויסקומען. איך האב זיך פראבירט צו דינגען מיט אים, זאגנדיג אז אזוי וועט מען הערן זיין קול מחאה פאר צענדליגע טויזנטע מענטשן וואס וועלן דאס ליינען, אדער אויף קול מבשר פאר טויזנטע ציהערער, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון... צייטונגען זענען טריפה און מען טאר נישט גיין דורך זיי, אפילו אויב מען קען אויפטון דורכדעם. אויף מיין שאלה פארוואס ר' משה בער בעק - זיין אפיציעלע מנהיג - מעג יא גיין צו צייטונגען, וויבאלד עס טוט אויף, האט ער געענטפערט אז ער ווייסט נישט... איך האב אים מציע געווען, אז ער זאל פרעגן ר' משה בער אויב עס איז כדאי אז ער זאל גיין דורך צייטונגען, האט ער געזאגט "אפשר"...

צום סוף פונעם וועג, האב איך אים מעורר געווען אז דא אויפן באס זיצט א יונגערמאן (אדער בחור), וואס זיצט ביי די פרויען זייט און מיט א סמארטפאון, עס איז פאראן א הלכה פון ערבות, מען דארף מוחה זיין און אים זאגן. איך האב אים דעריבער געזאגט אז מן הדין וואלט געווען אז ער זאל צוגיין צו יענעם און זאגן... ער האט זיך היבש געוואקלט דערין, אבער ער האט געוואלט וויסן וואו יענער זיצט און צי איך ווייס ווער דאס איז... ער האט געקלערט יא, ניין... ביז ער האט שוין געהאלטן ממש ביים עס טון, האט זיך יענער אויפגעהויבן פון ארט און אראפגעגאנגען פון באס, אזוי אז דערפון איז גארנישט געווארן.

עד כאן האינטערוויו מיטן לוחם מלחמות השם, ר' יואל צימערמאן שליט"א.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר