אמעריקע'ס גאן פעטיש!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

אמעריקע'ס גאן פעטיש!

שליחה דורך החוקר »

מען האלט נאכאמאל נאך א טראגישע מאסן שיסעריי, דאסמאל אין טעקסאס, וואו 26 צו מער, זענען היינט געהארגעט געווארן. די יונגסטע בלויז 5 יאר אלט.

א מאסן שיסעריי ווערט וואסאמאל ווייניגער טראגיש און ווייניגער newsworthy, צוליב וואס עס פארלאנגט זיך אלס מער און מער טויטע, אז מענטשן זאלן ווערן אויפגעשוידערט. עס האלט שוין ביי דעם אז עס פארלאנגט זיך איבער צוואנציג טויטע, אז עס זאל ווערן א נייעס. אין צוגאב ווערט עס וואס אמאל אפטער און אפטער, מען האלט א קארגע חודש פון די ערגסטע שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.

כ'גלייב נישט אז צופיל ווייסן דא, אויב בכלל איינער, אז נאר נעכטן איז פארגעקומען א מאסן שיסעריי אין אוסטאן טעקסאס, ווי איינער פון די געשעדיגט איז א 7 יעריג מיידל! דאס איז חוץ פון נאך א שיסעריי אין אוהייאו, איינס אין סאנטא מאניקא און נאכאיינס אין גארדינאו קאליפארניע. דאס אלעס רעד איך פון נאר נעכטן.

דעם חודש איז שוין פאגעקומען זיבן "מאסן שיסערייען", און מען האלט קוים דער פיפטער. פארגאנגענעם חודש אליינס, זענען כמעט 100 מענטשן געהארגעט געווארן אין מאסן שיסערייען איבערן לאנד. און 350 זענען געשעדיגט געווארן.

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי מענטשן, בדרך כלל באזעסענע, קייען איבער נאכאמאל און נאכאמאל, נאך יעדע שיסעריי, זינלאזע, נארישע און אבסורדע סטעיטמענטס אז עס האט נישט מיט קיין גאנס, צוימען גאנס גייט נישט העלפן, פארקערט גאר, מען דארף האבן מער גאנס זיך צו באשיצן, ועוד ועוד וואס איך גיי נישט דא אויסשמוסען, ווייל זיי זענען אזוי לעכערליך און זינלאז.

ווען איינער זאל ווען ארויסקומען פון א יארן לאנגע הייבארנעישאן, און אפקויפען פאר גוט געלט אלע נארישע סיבות פאר גאנס, נו, וואלט איך נאך געקענט קלערן אז אויבנאויף איז דא געוויסע נקודות וואס קענען זיך הערן לאגיש. אבער וויאזוי קען איינער וואס לעבט מיט אונז, האלט מיט די מציאות, זעהט וואס טוט זיך, וויאזוי קען אזא איינער זיין אזוי בלינד?

איך רעד אפילו נישט פון פארבאטן אלע גאנס, איך רעד פשוט פון לאגישע, זעלבסט פארשטענדליכע געזעצן, סיי וואס, אבער אבי עפעס צו האלטן די טראגעדיע פון גאנס אינטער קאנטראל. אבער ביי גאנס איז דו מינדעסטע זאך חס מלהזכיר. אזוי ווייט, אז פארבאטן מענטשן וואס זענען אויף די נאו פליי ליסט, האט מען אויך נישט מצליח געווען.

יעדע אנדערע טראגעדיע וואס קומט פאר, ווי אימער, איז א העכסט נארמאלע זאך צו קוקן אויף די פאקטן, און זען וואס איז דא צו טון עס צו פרובירן אפהאלטן פון געשען נאכאמאל. וואס איז גאנס אנדערש, ווי ווערט די שכל הישר פארלוירן אין אמעריקע אז מען זעט נישט גראד נאר מען גייט קרימערהייט אריין אין וואנט.

דער אשכול פארמאגט 161 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר