העפי ענעווערסערי, רבי!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

העפי ענעווערסערי, רבי!

שליחה דורך ונבנתה העיר »

'פרוי' איז גאט'ס צווייטע טעות. אזוי זאגט ניטשע.

נו, ווער איז געווען דער ערשטער טעות? דער זכר. דער קראנקער זכר (הגם ניטשע מיינט עס לכאורה נישט אזוי).

איר הערט א בריסקער ווארט? דער פרוי איז די טעות. טאקע די צווייטע, אבער פארט די 'טעות'.

מיט איר איז נשלם געווארן דער טעות. מיט איר איז דער טעות געווארן טעות.

א מציאות קען האבן פילע זייטן; דריי פיר פינעף, אבער ווייניגער פון צוויי איז נישט שייך. אינטערעסאנט, ניין? פארוואס קען א זאך נישט האבן בלויז איין זייט?

א מציאות מוז 'פראדזשעקטען', אז נישט איז ער א טויטער. ער מוז האבן פנים ואחור; דעם אחור באהאלט ער אינעם עבר, ער מאכט אן אשר יצר, דעקט עס איבער מיט א רעקל, און שטעלט א פנים פאר'ן עתיד כאילו ס'איז גארנישט געשען.

גאט האט באשאפען דעם זכר. נו, ער האט זיך באנארישט, ס'מאכט זיך. א ברירה האט ער דען געהאט? טבע הטוב להטיב, ער מוז זיך פארשפרייטען, אלס דער אלטימעט מציאות 'מוז' ער פראדזשקעטן ווייטער.

אבער דער זכר אליין איז דאך א פלג גופא, ער אליין קען נישט גיין ווייטער, ער מוז האבן א נקבה וואס זאל ערגענצען דעם טעות. יעצט זענען מיר פארזיכערט מיט גאט'ס פירות ביז משיח'ס טאג.

-------

ס'איז טאקע אלעס להטיב לבריותיו, אבער איר האט שוין זיכער געוואלט אמאל מאכן אן ערליכען ברוך מוחל טובות. ער האט אונז טאקע באשאפען אין זיין אויסזען, אבער ס'איז נאכנישט די פיינעל פראדאקט, ס'איז נאכנישט גרייט פאר מעסס פראדאקשען.

ווי זאגט טוועין, טאקע אין זיין געשטאלט, אבער מיר ענדלען נישט גענוג אז מ'זאל אונז פארמישען, חוץ דורך איינער מיט א גאר שוואכע זע-קראפט...

באט ווי קענט בלעים הים. פונקט ווי גאט האט נישט קיין ברירה נישט צו קענען אויפהייבען א שווערע שטיין, האט דער כל יכול נישט די מעגליכקייט נישט צו עקזעסטירען. אמער, דאס איז דאך זיין גאנצע קונץ אז ער 'איז' עקזיסטענץ.

און אז ער מוז זיין, מוז ער זיך מתפשט זיין.

אבער דאס איז טאקע די נקודה: 'ער' מוז זיך מתפשט זיין. מיר זענען 'אים', זיין התפשטות, און צום אייגענעם מציאות קען מען נישט זאגן מוחל טובות.

-----------

פילאזאפען רעדן א שאלה, פארוואס איז מציאות פארהאנען, ווען עס וואלט פונקט אזוי געקענט נישט-זיין.

דער בריטישער פילאזאף קאלין מעקין טענה'עט אז די פראגע אליין זאגט אז עס איז אומ-מעגליך איר צו ענטפערען.

ווען כ'וואלט דן געווען אויף א ספעציפישע מציאות, וואלט איך דיר באלד געגעבען דעם הסבר, סיבות און גורמים, פארוואס עס איז דא.

די טיש איז דא, ווייל דער קארפענטער האט עס צוזאמענגעשטעלט. דער קארפענטער איז דא, ווייל זיינע עלטערן האבן זיך ליב געהאט. דער בארג איז דא ווייל די ערד-פלאטעס האבן זיך צוזאמענגעקוועטשט.

אבער די רגע דו פרעגסט מיר אויף די 'גאנצע' מציאות, די גאנצע הויה, פארוואס איז זי פארהאנען, לייגסטו דאך אריין אין די פראגע אויך אלע גורמים און סיבות פון וואס איך קען נאר טראכטן. ממילא זאגט די שאלה, מצד עצמה, אז עס איז נישט מעגליך קיין תשובה.

-----------

דאס איז אבער איידער מען נעמט אריין גאט אינעם חשבון. איינמאל מיר האבן אים, איז די מעשה פונקט פארקערט; נישט נאר ער מוז זיין, נאר אלעס וואס פאפט ארויף ביי אים אין מוח [עלה במחשבה, אין די הייליגע סלענג], 'מוז' זיין.

ברשות חברי, ובזכות אבותי ורבותי, וויל איך פארשלאגען א נייע הלכה: צו קענען דן זיין אויף א זאך צי ער איז דא, פארוואס ער איז דא, מוז מען האבן א 'ברייטערע' רעפרענס פרעים לגבי וואס מען איז אים דן.

מען קען שמועסן צי און פארוואס דער בענקל עקזעסטירט, נאר ווייל מיר געפונען זיך אין א צימער, און די אמת'ע שאלה איז פארוואס געפונט זיך א בענקל אינעם צימער.

מען קען פרעגען צי געפונט זיך דער צימער אינעם בנין, פארוואס געפונט זיך דער בנין אויפן ערד קוגל. צי געפונט זיך דער ערד קוגל אינעם יוניווערס, און פארוואס געפונט זיך דער יוניווערס אין?...

...גאט.

ריכטיג, גאט איז דער ברייטסטער רעפרענס-פרעים, און נאר 'אין' אים וואלט געפאסט צו פרעגען אויב אדער פארוואס עפעס עקזעסטירט. אויף גאט אליין 'קען' מען נישט שמועסן פארוואס ער עקזעסטירט, ווייל דו האסט נישט עפעס וואס נעמט אים ארום.

דאס איז וואס רש"י ברענגט אז גאט איז מקומו של עולם, ואין העולם מקומו. ס'קלינגט עפעס ווארעם, מקומו של עולם. ס'מיינט פשוט עברי-טייטש, גאט געפונט זיך נישט אין די וועלט, די וועלט געפונט זיך אין גאט.

(כ'וואלט פארקויפט די תורה פאר די אטעאיסטן, אויף די שאלה פארוואס\וויאזוי די סינגעלערעטי האט עקזעסטירט, אבער ס'גייט שוין אריין אין די טערעטאריע פון סינגעלערעטי = גאט.)

-----------

במושכל ראשון זעט עפעס אויס ווי יעצט איז די ריכטיגע בריאה; יציאת מצרים, חורבן בית המקדש, רבי ז"ל, טראמפ, דאס אלעס איז די בריאה. משיח, ווען ער וועט קומען (כ'הער זאגן...), וועט זיין עפעס אזא דיזערט סוף פון די זעקס טויזנט יאר פון 'בריאה'. אזא קאנפענסאציע פאר אן אומבאלומפערטע פראדוקט, עפעס צו לאזן א גוטען טעם אין מויל.

זאלט איר וויסן אז לא היו דברים מעולם. ער האלט נאך אינמיטן אוועקשטעלען זיין פראדוקט, ס'איז נאך אין די טרייעל ענד עראר פאזע. אט אט קומט ער צום ווארט און לאזט אריין די געסט אינעם שיין-אנגעגרייטען זאל. אה, יו שאד העוו סיען דע מעסס עי העף ען האור עגאו...

חסידות איז היער טו געט דע דזשאב דאן. א חסיד איז א לעבעדיגע זאך, ער דארף פראדזשעקטען, ער דארף פראפעגעיטען.

הערט א מעשה, אלמלא לא ראיתי לא האמנתי. כ'האב לעצטענס געדאווענט מנחה מיט א שיינעם מתנגד. א וואוילער איד, זאגט מוסר שמועסן וכו'. עפעס א יונגערמאן האט אים געשטערט ביי שמו"ע, זאגט ער נאכ'ן דאווענען בזה"ל: איך בין אים נישט מוחל, וואס ער האט מיר געשטערט ביי שמונה עשרה.

איר הערט? ער איז אים נישט מוחל...

זאגט נאר, איר דאווענט פאר זיך, אדער פאר גאט?

וועקט אייך אויף רבותי, מיר זענען דא אויף א מיסיע, ס'דארף דא עפעס מסודר ווערן, ווערט נישט פארכאפט אין סעלפיש אטענטשאן זיכעריי.

מיר גרייטן זיך אלע אויפן גרויסען טאג, סעמסאנג וועט ארויסגעבען דעם געלעקסי 10. מ'איז משקיע הונדערטער מיליאנען, שווייס און בלוט, ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס.

איין אומערוואקסענער איינגעשטעלטער איז פארנומען טיילען מחילות.

ר' איד, מ'האט אייך אהער געברענגט דאס בענקל צו ווארעמען? מיר דארפן דעם פראדוקט! טראכט ווייניגער פון דיר, ענד געט דע דזשאב דאן.

----------

תורת החסידות איז תורתו של משיח, מיר האבן ענדליך דעם מענועל מסדר צו זיין דעם פראדוקט, און איינמאל פאר אלעמאל געט איט אפען פאר ביזנעס.

דאס וועט זיין דער ריכטיגער מציאות פון גאט. דער טעות וועט מתוקן ווערן, לתקן עולם במלכות שדי.

היינט, י"ד כסלו, איז דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל חתונה יאר-טאג. "דאס איז דער טאג וואס מ'האט מיר פארבונדן מיט אייך, און אייך מיט מיר", כלשון קדשו.

נשיאי ישראל ונשמות כלליות שפיגלען אפ דעם דבר הויה, דא בעוה"ז. זיי זענען דא אויף איין מיסיע – געט דע דזשאב דאן. ניצחתי ואנצח.

אין ירושלים איז געווען ר' אברהם הערש כהן. איינער האט אים אמאל פארדרייעט א קאפ וועגן דעם רבי'ן מיט ציונות וכו'. איך ווייס נישט וואס איר ווילט, שרייעט ר' אברהם הערש, שטייט א איד און שרייעט דרייסיג יאר איין זאך, 'אין עוד מלבדו', וואס ווילט איר?!

וכבר העירו אז די גרויסע מנהיגים שבדור הקודם האבן נישט געלאזט קיינע פיזישע דורות, ליובאוויטש, סאטמאר, גור, בעלזא. אפי' דער קלוזענבורגער רב האט זיך אפגערעדט, אינדערהיים האביך געהאט סיגוט'ער קעפ, דא האביך נייטרא'ער טעפ...

זיי דארפן נישט יצירת אדם וחוה אוועקצושטעלען זייער מציאות, זיי גייען גלייך צום נמשל.

דער רבי האט פארציילט, אידן זענען אמאל אראפ פון באן צום רבי'ן, האא איינער פון די אנדערע רייזענדע געפרעגט זיין פריינט, וואס איז דא? האט יענער געזאגט, דא וואוינט דער ליובאוויטשער רבי.

און וואס זענען דאס ליובאוויטשער, פרעגט יענער ווייטער. ליובאוויטשער, זאגט דער פריינט, זענען אידן וועלכע גלייבן אין משיח...

פארשטייט איר, רבותי, היינט זענען קיינע דעמאקראטן און רעפובליקאנער פארהאן. היינט זענען מיר אלע ליובאוויטשער.

איי האופ סאו פאר אוער סעיק.

לחיים, רבי! העפי ענעווערסערי! מעי יו ליוו העפעלי עווער עפטער.

-------
לע"נ א חבר מיינער וועלכער האט מיר גערופען צו ד"ת פארוואס כ'שרייב נישט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xDVLKvlsj58[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר