לעבעדיגע תורה מוזעאום - א חול המועד באזוך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

לעבעדיגע תורה מוזעאום - א חול המועד באזוך

הודעהדורך עדיאל » דינסטאג אפריל 23, 2019 4:25 pm

געקומען זענען מיר פון מאנסי. מיין אינגל האט א געשמאק אין תורה פרפראות, דעריבער האב איך געקלערט אז א באזוך אין תורה מוזעאום וועט זיין שטארק באלערנד. פארברענגט האבן מיר דארט א קארגע שעה, און ווען מ'זעמיר אהיים האט גערעגנט.
אבער וואס רעדן פונעם אהיימגיין? מיר זענען דאך אקארשט אנגעקומען.
דאס הויז איז א דריי שטאקיגס מיט שיפע שפיצן אויפן דאך און געפארבאט די קאליר פון חרוסת. פארנט פונעם הויז אויף זעכצענטער עוועניו, אויפן טראטואר הונטער א ווייס געשפריצטע אויפשריפט "ליווינג תורה מוזעאום", שטייט א סוכה'לע וואו מ'צאלט איין. דאס מיידל דארט ווייזט אונז אן באלד ארויפצוגיין צום דריטן שטאק וואו די טור הייבט זיך יעצט אן.
אויפן דריטן שטאק קומען מיר אריין צו דער אנטיקן צימער. דער צימער איז אין די פארם פון א וויין קעלער, אדער אן אויפגעבויטער הייל. די ווענט אויף ביידע זייטן זענען אנגעלאדענט מיט ארטיפאקטן, כלים מכלים שונים. ליאזניער רבי, הרב דויטש, שטייט ביים שפיץ און פירט אן מיט א טור. ליבערשט א לעקציע ווי א טור. הרב דויטש רעדט מיט אייפער. ער שאקלט מיט אן אלטערטימליכען גלעקל און צייגט עפעס אן אין ספר שלטי הגבורים, א ציטאט וואס טוט באשטעטיגן זיינס א טעאזיע למעלה מכל ספק.
דער עולם איז א קליינער אבער א געמישטער. צוויי שטריימלעך, אפער קנייטש הוטן, קינדער, און בחוריםלעך פון פארנט. די הוטערשטע פינף בענק זענען דעזיגנירט פאר פרויען. די לעקציע ווערט געהאלטן אין ענגליש. מיר טרעפן זיך א ליידיג ארט און זעצן זיך אוועק. איך הייב באלד אויף מיין האנט מיט א וויכטיגע שאלה. מיין האנט ווערט איגנארירט אבער, איין מאל צוויי מאל.
נו, איך פאסט זיך מוט, עקיוז מי, האק איך אריין. אפשר קען מען רעדן אויך אידיש. מיין אינגל גייט אין א חסידישער מוסד. ער פארשטייט נישט אזוי גוט ענגליש.
אוודאי, וואספארא שאלה. איר דארפט מיר נאר בעטן. פון וואנעט זאל איך דען וויסן.
מ'מוז דא באמערקן, הרב דויטש איז הויך געבילדעט און אויסגעקאכט אין זיבעציג שפראכן. ער רעדט פליסיג גריכיש, לאטייניש, אלט אקאדיש (אכד), און לעזט מצרישע היעראגליפן, אחוץ די געווענטליכע שפראכן ענגליש, לשון קודש, און אידיש. אידיש, זאגט ער, אידיש איז גאר א געשמאקער שפראך, און דא איז זיך ליאזנער רבי פונאנדערגעגאנגען אויף א צוויי מינוטיגער טאנגענט, ווי מ'זאגט, דווקא אויף ענגליש, איבער די מעלות פון אידיש. אויף אידיש קאן מען אלסדינג זאגן, וואס מ'וויל נאר. מ'קען זאגן פוד פראסעסאר, סטריט לייט, קראסן, און נאך אזוינע לועזים. דירעקט גאר א רייכער שפראך דער אידיש, זאגט ער.
הפנים, ענגליש מוז ער רעדן, ווייל ס'דא אידן דא וואס פארשטייען נישט קיין אידיש. ער וועט אבער אריינבראקן, זאגט ער, דא א אידיש ווארט און דארטן.
מיין אינגל איז דאך אבער חסידיש, בראקט ער נישט. ישיביש באשטייט פון לשון קודש'דיגע פסוקים'לעך מיט אן אמעריקאנעם אקצענט, גע'טובל'ט מיט אפאר אידיש ווערטער, און אריינגעזעצט אין ענגלישע גראמאטיק. פון וואנעט ווייסעך, ווייל דאס אינגעל מיינער, דוקא א שארף קעפל, האט געשטארצט אפאר קעלבערנעם אויגן. פארשטייסט? פרעג איך אים. איך פארשטיי פון וואס מ'רעדט, אבער נישט וואס ער זאגט, שושקעט מיין אינגל צו מיר.
א גרויסער שאד. ער ווייסט נישט וואס אזוינס ער פארפאסט.
דארט אויפן ארט, א דחול המועד פסח התשע"ט, איז זיך פארלאפן א גאר היסטאריש קאפיטל בתולדות עם ישראל. הרב דויטש האט צום ערשטן מאל אנפלעקט אז ער פארמאגט אין זיינער באזיץ צוויי קריגעלעך ארגינעל פון גושן. אידישע קריגלעך פונעם לאנד גושן, קריגלעך פון עמרם, יוכבד, און נחשון בן עמינדב. דאס האט אן ארכילאג אויסגעגראבן פון אן ארט גערופן תל אל-יאהודיא, דאס מיינט דער אידישער תל, נאך פון די צייטן ווען אידישע קינדער האבן זיך אויפגעהאלטן אין מצרים. רבי פישעלע הערשקאוויטש זצ"ל, זאגט ער, רבי פישעלע איז פערזענדליך אראפגעקומען אין זיינער צייט צו קישן די הייליגע קריגעלעך. דעמאלט האבן נאר די יחידי סגולה געוויסט פונעם סוד. היינט אבער, איז א גרויסע שמחה אז ס'געקומען די צייט די קריגעלך זאלן ווערן נתגלה ווערן פארן פובליקום.
נאכן לעקציע, בשעת ער האט פארקויפט די דיווידיס און ספרים זיינע, בין איך צוגעגאנגען צונאים פרעגן פון וואנעט מ'ווייסט אויף זיכער אז תל אל-יאהודיא איז טאקע פונעם זמן השיעבוד. פילייכט פון א שפעטערע תקופה ווען אידן האבן עמיגרירט קיין מצרים, לאמיר זאגן מקדש חוניו אדער ירמיה הנביא'ס צייטן. זאגט ער אז גענוי די זעלבע סטיל קריגלעך האט מען אויסגעגראבן אויך פון ערד, לכיש, און מגידו, תל'ן פון א פריערדיגע תקופה. נו, פרעג איך, די כנענישע שטעט זענען דאך געווען אונטער מצרישע הערשאפט, איז קען דאך געמאלט זיין א מצרישע געמיינזאמע קולטור. זאגט ער מיר, אז ער ווייסט בידוע אז תל אל-יאהודיא איז באוואוינט געווען מיט בני ישראל.
כלומר, קושיות זאלסטו פרעגן ביים סדר.
ליאזער רבי איז נישט קיין פרעמדער צו קשיות. זיינע רביס האבן אים זיבן מאל א חודש ארויסגעשיקט פון כיתה פארן דערקוטשען זיי מיט צופיל קושיות. דער מנהל זיינער האט אים אמאל געזאגט, דויטש! זאגט ער, ווען די וועסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין. וכך הוה. היינט פארשטייט ער שוין איינמאל, ער איז אויסגעשטיגן א חכם ומשכיל און דער גרעסטער חוקר בעתיקת התנ"ך בדורנו. איר קענט אים דאס אליינס פרעגן, אבער איז מוזט נישט. ער וועט אייך עס גערן פארציילן. זיינע געפונסן ווערן ברייט ציטירט אין די אקאדעמישע זשורנאלן, און דינען אלס באזיס פאר אלע ארטסקרול ספרים. זיינער און הרב בעלסקי'ס אנטדעקונגען, דאס הייסט. הני תרי ריעי דלא מתפרשי, ביידע חכמים ונבונים, וואס אדאנק זייערע ברייטע וויסנשאפט בלשון יווני ובלשון רומי, און זייער באקאנטשאפט אינעם מצרישע ווערטערבוך, האבן זיי שוין באלויכטן די אויגן פון לומדי תורה בכל אתר ואתר אין פילע הינזיכטן.
דערווייל אבער פירט ער ארום די קריגעלעך פון דתן און אבירם צווישן די פארזאמלטע ווי א ספר תורה יום הקדוש אויפדערנאכט. שטעלט אייך פאר, לייגן די הענט אויפן זעלבן קריגעלע אויל מיט וואס שפרה און פועה האבן באזאלבט די ניי געבארענע קינדערלעך. איעדער וויל האבן די זכיה צו גלעטן די זעלטענע כלי חרס, און טוען דאס מיט גרויס סענטימאליטעט.
הרב דויטש'עס תורה מוזעאום פארמאגט אויך די שטיינער פונעם חושן. פאר בלויז צוויי הונדערט און פופציג טאלער קענט איר זיך אנהאנדלן א מיני-חושן, מיט אקוראט די זעלבע שטיינער וואס דער כהן גדול האט געטראגן, נאר אין א קליינער פארמאט. די אידענטיטעטן פון אלע אבני חושן זענען גענוי פעסטגעשטעלט געווארן דורך הרב דויטש, הכל בכתב מיד ה עלי השכיל, פונקטליך וועלכעס איז פטדה, און וויאזוי ס'רופט זיך ישפה בזמן הזה. צו דעם קריגט איר א לוח מיט די אייגענארטיגע סגולות פון איעדעס שטיין, אנגעצייכנט זיין מקור פון די ספרים. און דא באווייזט הרב מליאזני א קונץ. ער ליינט ארויס פון אויסנווייניג די פארבארגענע כוחות פון די שטיינער, וועלכעס טוט באשיצן פון הארץ קלאפעניש און וועלכעס פון הארץ צאפעלניש, און וואס טויג צו נושא חן זיין בעיני נשים, און אלעס אן באגיין קיין שום גרייז נישט.
ווער ס'פארמאגט אין זיין באזיס די גאנצע סעט, רופט הרב דויטש אויס מיט פאטאס, איז מובטח לו נישט צו ליידן פון קיין שום ענקזייעטיס אגאנץ יאר נישט. ס'פיל ביליגער ווי סיי וועלכער פסיכיאטאר. פרעגט אייך נאר נאך.
מיינט נישט אז ס'שטעלט זיך אפ ביי געמאלאגיע. א ברייטער מוח ווי הרב דויטש קען פארנעמען מער ווי בלויז חכמת אבנים טובים ומרגליות. הרב דויטש איז אויך עוסק אין געווירצן, אלס א תורה'דיגע באשעפטיגונג. ביי אים קענט איר קויפן די גאנצע סעט פון די עלף סממני קטרת. די סגולות פון קטרת ברויך מען ניטאמאל מאריך זיין. קטרת מאכט רייך און שטעלט אפ מגפות ביי כלל ישראל. נאר די פריערדיגע וואך, דערצייל אונז הרב דויטש, האט ביי זיינערס א באקאנטער אויסגעבראכן א שריפה ל"ע אין די אונטערשטע שטאק. ביי די שכינים איז דאס הויז גענצליך פארניכטעט געווארן. אויבן אבער, און דא ווייזט ער אונז בילדער פון זיין פאון, וואו דער באקאנטער האט געהאלטן די קטרת סעט אין זיין ספרים שאפע, איז דאס גאנצער אפארטמענט פארשוינט געווארן. שמעק, שמעק! זאגט ער מיר. אפילו קיין גערוך פון פייער איז נישטא.
די לעקציע געשלאסן, האבן מיר זיך אויפגעשטעלט זיך אומקוקן אויף די ארטיפאקטן גופא, און אויף די ברייטע אויסוואל פון דיווידיס, ביכער, און אמת'ע עקדיסן פארבויט אין קאלירטע גלאז און געהאנגען אויף קייטלעך. גראדע א שיינע קאלעקציע פון קריגעלעך, מיט מעסערלעך און כלערעליי פארצייטישע געצייגן. געווער מיט ליימענע שפילצייג, פארשידענע וואג סארטן, קוניפארם טאבלעטן, און א גאלדענע קרוין אויף אן אנאקס שווארצע בוסט, וואס מ'האט ארויפגעשלעפט פון א געזינקענע שיף אינעם מיטעללענדישע ים, און וואס הרב דויטש האט פעסטגעשטעלט זעט אויס גענוי ווי דער ציץ פונעם כהן גדול. א שאד נאר אז דער מוזעאום מאנגעלט אין טעוועלעך צו לאזן אנהערן ווי וואס ווען, נאר דער באזוכער דארף אליינס צוטרעפן וואס קומט פון וואו, און וויאזוי מען פלעגט עס עסן.
צום שלוס זענען מיר אראפ פונעם דריטן צום צווייטן שטאק. דארט ליגן אויף אויסשטעלונג די טאקסידארמיעס, די חיות שאין תוכן כברן. אן אינטערגראלער טייל פונעם מוזעאום איז צו קענען לערנען דעם וזאת החיה אשר תאכלו. חכמינו ז"ל זאגן דאך אז אפילו משה רבינו איז שווער געווען די סוגיא, ביז השי"ת האט אים געוויזן מיט די פינגער דאס יא און דאס נישט.
דאס מיידל פון אונטן אינעם סוכה שטייט יעצט ביים טיר פונעם צווייטן שטאק און לאזט נישט אריין. מ'דארפט פריש צאלן פאר די חיות טור. איטס סעפרעד. עקסטרע טען פער פערסן. האב איך זיך גע'ישוב'ט מיט מיין ווייב. אונז זעמיר דאך פיר דא. צאלן נאך א פערציגער און ס'וועט ווידער זיין ענגליש און שלוימי וועט זיך שפירן ארויסגעלאזט.
האבן מיר טאקע געמאכט א פסח, און איבערגעהיפט.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:13 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אפריל 23, 2019 9:50 pm

דעלישעס
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2563
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7399 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » דינסטאג אפריל 23, 2019 11:07 pm

שיין געזאגט,

איך האב אויך באזוכט דער מוזעאם אלץ בחור, בשעתו בינעך געווען שטארק אדיקטעד צו קול מבשר, ווי נאר ס׳געקומען ערב יו״ט האט עס געקנאקט דעם אדווערטייזמענט ״יא.. תורה מוזעאם... (איינער דענקט?)

איין לאנגווייליגע חול המועד מיטאג האב איך זיך אריבער געכאפט מיט די בני אמונים באס קיין בארא פארק. די טור האט זיך אנגעהויבן מיטן ווייזן לייוו די רעדער פון די מרכבות פרעה, און א ווידיאו וויאזוי מ׳נעמט ארויס די רעדער פון ים סוף

דערנאך האט ער געוויזן א לעפל מיט וואס מ׳האט געמישט די מנחות אין בית המקדש, און מטבעות פון זמן בית ראשון, פארשידענע גרויסע שטיקער שימעל וואס האט געזאלט זיין כלים וואס ווערן דערמאנט און משניות, טייל האבן געהאט צורות פון כלים, אנדערע איז סתם געווען ווילדע ים געוואוקסן,

די שטיינער פונעם חושן איז נאך דאן נישט געווען, קוקט אויס אז דמא בן נתונה איז נאך דאן געשלאפן, אבער א קטורת האמיר זיך איינגעהאנדלט.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1825 מאל

Re: לעבעדיגע תורה מוזעאום - א חול המועד באזוך

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 24, 2019 9:40 am

מיין קינדער האבען באקומען די שטיינער פון די חשן פון דער מלמד אלס א מתנה אין כתה ד׳ ווען מ׳לערנט משניות יומא אינאיינעם מיט פרשת תרומה תצוה. עס איז מיר שווער צו גלויבן אז די חדר האט פארטיילט א מתנה פאר יעדער קינד וואס איז ווערט מער ווי אפאר דאללאר.

איך לערן אביסל משניות כלים מיט איינער פון מיין קינדער, און איך וואלט געווען נייגעריג צו פארשטיין די לעבען שטייגער פון יענער יארן צו פארשטיין די מציאות. די רעדער פון פרעה׳ס וועגעלעך זענען מיר גראדע גאנץ ווייניג אינטרעסאנט, ווי אויך די בו"ש סגולות פון סממני הקטורת אדער שטיינער פון די חשן. אבער פארשטיין די לעבן איז מיר יא אינטרעסאנט. איך האב די ספר ׳כלי הבית בזמן חז"ל׳, וואס טענה׳ט אז אלס וואס מיר טראכטן איז אנאקראניסטיש און נישט ריכטיג. אז הרב דויטש האט מער אינפארמאציע, וואלט איך געוואלט זען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9169 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך אפריל 24, 2019 11:07 am

ער האט טאקע מער אינפארמאציע, אבער ער איז שרעקליך אומפארלעסליך. גיי און הער אויס וואס ער זאגט, אבער מאך אליין אפ צו ס'שטימט טאקע מיט די משנה.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2429
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1985 מאל

הודעהדורך רעדנער » מיטוואך אפריל 24, 2019 9:36 pm

כ'ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט ווער געדענקט, די עד גייט נאך אן אין פילן שוואנג עד היום הזה...
רעדנער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט