צַו לָצָו צַו לָצָו קַו לָקָו קַו לָקָו – די קו"ק אויף א רב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

צַו לָצָו צַו לָצָו קַו לָקָו קַו לָקָו – די קו"ק אויף א רב

שליחה דורך מאמר קדישין »

מ'האט שוין אסאך געשריבען און געברומט, דא אין שטיבל און אנדערע ערטער, וועגן די קול קורא וואס איז ארויס קעגן א דיין און פוסק אין מאנסי. אסאך מענטשן זענען שטארק אויפגעברויזט און זיי ווייסען נישט וויאזוי עס ארויס צו ברענגן. אנדערע זאגען פארשידענע פונקטן, זה בכה וזה בכה. יעדער האט זיין קוק ווינקל, וכשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות.

דא האב איך מיין הערה, וואס איז מיר אין קאפ אריין געפאלן.

מיר האבען געהערט פון געוויסע מענטשן א טענה, "ווען די אלע חותמים האבען געזען עוולות מטעם רבנים און רביס וואס האבען גרויסע פארטיין, געביידערס, מוסדותּ און פלייש, האבען זיי געשוויגען. נאר ווייל הרב ניימאן איז אן איינזאמע מענטש, אן קיין מאכט צו געלט, ערלויבען זיי זיך ארויס צו קומען קעגן אים". אויבען אויף איז דאס אי א טענה און אי נישט קיין טענה. יא, מ'האט מורא פון געלט און נישט פון אן ארימאן. דאס מאכט אבער נישט די יעצטיגע טענה נישט אמת. טאמער זיי האבען איינגעזען אז די מצב איז א פראבלעם, האבען זיי גארנישט שלעכט געטון פאר'ן ארויס קומען קעגן אים. האסט אן אנדערע טענה אז זיי שווייגן במקום מאכטפולע מענטשן. מצד שני, טוט אזא צעטל אונטערשטרעכן די אבסורד אין די געזעלשאפט, אז דער המון עם פאלגט די אידיאל פון תורה און גערעכט, און די פירונג נעמט דאס בכלל נישט אין באטראכט אריין, אז די בעל המאכט קען טון וואס ער וויל און דער מאכטלאזע איז אויסגעשטעלט צו שימפף צעטליך.
שוין, דער מענטש קען דערהייבען א סתירהדיגע מיינונג, אזוי גייט דאך יעדער זאך אין די עלמא דשיקרא ווי גוט און שלעכטס איז אויסגעמישט.
וויל איך דא אויסרעדן א טיפקייט אין א די טענה, ווי מ'וועט זען אז עס איז פיל מער ווי געראכטן.
לאמיר נעמן צוויי היסטארישע ביישפילן.
א. ווען חסידות האט אנגעהויבען, האט עס גענומען א פאר דורות ביז די קעגנערשאפט האט זיך אנטוויקלט. וואס איז דעמאלס געווען די טענה? עס איז געווען פארשידענע, אבער קיינער פון זיי איז נישט די עיקר. עס לייגט זיך נישט אויף די שכל אז אזא ריזיגע התנגדות וואלט זיך אזוי אנטוויקלט בלויז צוליעב א מיינונגס פארשידענהייט וויאזוי צו פארשטיין א שטיק זוה"ק.אז מ'ליינט ריכטיג, האט דער מינסקער גדול דאס די בעסטע ארויס געברענגט.
אט האט איר די לשון פון דער ביוגרפיה פון דער מינסקער גדול, געשריבען דורך אחד מבאי ביתו הרב מאיר היילפרן ע"ה. דער עולם דא איז נישט קיין 'דער איד' ליינערס, און איך מיין די לייכטער לשוה"ק דא איז שווה לכל נפש.

אף כי היה מלידה ומחנוכו מנעוריו מכת האשכנזים שקורין להם "מתנגדים" וכל ימיו אחז במנהגיהם ונוסחאותיהם, בכל זאל לא התנגד מעולם בפועל להחסידים, ולא לרצון היה לו בדבר איש סרה עליה הוא היה אומר: "אמת הדבר כי אני מתמרמר מאד על 'המיסדים' הראשונים של שיטת החסידות, ואני אומר 'אין הלכה כשיטה' התורה אמרה 'לא תתגודדו', ופירשו רז"ל: 'לא תעשו אגודות אגודות'. ובודאי הבא ובונה במה לעצמו, ועל ידי זה מתחלקים העם לכתות ומפלגות, הרי זה מתחייב בנפשו, כי הוא מכה את בית ישראל לרסיסים ומטיל קטיגוריא בין תלמידי חכמים, ואין קץ להרעות שתצמחנה מזה. דִרשו, דַברו, הורו, לַמדו, שכך וכך ראוי לעשות בפרט זה וזה – אבל בל תצרפו את כל הפרטים האלה לכללים, לקבוע שמות, ליצר שיטות, ולברא כתות. הלא אבותינו התנאים אשר מעולם נחלקו בכמה וכמה הלכות, ולא נתחלקו לאגודות, ולא נבדלו בשם, ולא נתרחקו ולא נקרעו. אך מי יבא אחרי המלכים, מאן מלכי רבנן, את אשר כבר עשוהו, והיתה כשגגה היוצאה מלפני השליטים, והנעשה אין להשיב. אבל הבו דלא להוסיף עלה. למה נרחיב את הפרצים יותר ויותר??


עכ"ל הנוגע לעניינינו. דער וואס וויל ווייטער קוקן זאל זוכען אין דער ספר 'הגדול ממינסק' (עס געפונט זיך אין אוצה"ח) אויף עמ' 180.
בקיצור, ווען א תלמיד חכם איז ארויס מיט א חידוש אין עבודת ה', זאל ער אוודאי מצרף זיין זיין לערנען צו זיין ע"מ לעשות און זיך פירען על פיו. זיין תלמידים זאל ער דאס אויך אויסלערנען. ווי אבער ווערט א גאנצע באוועגונג פון מענטשן וואס זענען נוהג א געוויסע חומרא, הלכה, מנהג אדער הנהגה? פארוואס ווערט עס א קהלה בפני עצמה?
ב. אז מ'טוט א קוק אין די ספר פולמוס המוסר, ווי מ'קען ליינען די אלע בריוון ארום די מחלוקת וועגן מוסר אין רוסלאנד ליטא, זעט מען די זעלבע בחינה. דער ראש הלוחמים איז געווען דער טאבריגער רב זצ"ל. וואס האט ער געטענה'ט? אז דאס מאכען באזונדערע מוסדות און שטיבלעך מיט בעלי מוסר און א גאנצע מהלך הלימוד וואס איז געאייגענט פאר די וואס זענען 'אריין', איז א דבר פסול. גיי לערן מוסר, אבער מאכען דערפון א באוועגונג איז פסול. און די בעלי מוסר האבען אפגע'ענטפערט, אז זיי מאכען נישט קיין באוועגונג, זיי לערנען נאר מוסר, און דער וואס וויל זיי אויסהערן קען קומן. יעדער האט פפארשטאנען אז א מיינונג מיינט נישט קיין באוועגונג, קיין כתה אין כלל ישראל.
שוין, הנעשה אין להשיב. אזוי קומט עס, מ'לאזט צו אז די אלע כתות זאלען עגזיסטירן. דא רעדט זיך פון א נייעם שטאפל אין אט די עוולה.
טאמער הרב ניימאן וואלט געהאט א שיטה אין פארשידענע הלכות, און דערויף וואלט ער געבויט א גאנצע שיטה"ק מיט מוסדותּ וכדו', און משפיעים מיט גבאים, צייטונגן און מסע מלכות'ער, וואלט מען אים אפגעלאזט אין גאנצן. עס פעלט דען אזעלכע באוועגונגן אין כלל ישראל וואס האבען אייגענע הלכות, אייגענע שיטות, און אייגענע חידושים?
נאר וואס? סתם צו האבען א שיטה אן א באוועגונג? דאס איז שוין חזיר טריף. דאס טאר מען נישט צולאזען! נאר מיט א תנועה (אויף עברית), נאר מיט א פארטיגע געזעלשאפט, מעג ער טון וואס ער וויל.
דער נביא זאגט אין די וואכעדיגע (פרשת שמות) הפטרה: כִּי צַו לָצָו צַו לָצָו קַו לָקָו קַו לָקָו זְעֵיר שָׁם זְעֵיר שָׁם. זאגט אונז רש"י כי צו לצו צו לצו - נביא מצוה להם מאת הקב"ה והם יש להם צו של עכו"ם כנגד צו זה וחוזר הנביא ומוכיחם והם תמיד אומרים יש לנו צו לצו שלנו חשוב משלך. קו לקו - יש להם קו משקולת משפטי רשע כנגד קו הצדק.
נישט נאר אז מ'פאלגט נישט די אמת, נאר מ'האט געמאכט א נייעם געזעץ סיסטעם וואס איז פונקט קאפויר פון די תורה. תורה זאגט לא תתגודדו, קומען זיי און זאגען 'תתגודדו'. נאר מיט אן אגודה מעג מען טון וואס מ'פארשטייט, נישט מיט די תורה זעלבסט.
וואס זאגט אונז דער נביא אויף דעם?
וְהָיָה לָהֶם דְּבַר ה' צַו לָצָו צַו לָצָו קַו לָקָו קַו לָקָו זְעֵיר שָׁם זְעֵיר שָׁם לְמַעַן יֵלְכוּ וְכָשְׁלוּ אָחוֹר וְנִשְׁבָּרוּ וְנוֹקְשׁוּ וְנִלְכָּדוּ:
זאגט אונז רש"י והיה להם דבר ה' וגו' - כמדתה ימדוד להם יגזור שדברו עליהם צו של אומות המשתעבדים בם על צו פקודה על פקודה עבודה על עבודה קו של פורענות כנגד קו של עבירות שבידם קו לקו תקוה חילוף תקוה יקוו לאור והנה חשך.
דער עונש דערפאר איז, אז גזירות און מאראלן פון די גוים קומן קעגן אונז. אז זיי וועלן נישט נאר זיין קרימינאלן וואס פארלעצן די געזעץ און שלאגן אידען, נאר גאר די געזעץ און די קו המשקולת וועט זיי הייסן וויי טון אידען, רח"ל.
דא שטעקט די טיפקייט פון די טענה אויף די חותמים, אז יעדער שלעכטס פון א פארטיי פירער איז ערלויבט, ווייל די איינציגסטע וועג וואס זיי פארשטיין צו מאכען חידושים, איז דורך פארטיי. נישט נאר אז די פארטיי איז נישט קיין פראבלעם, נאר אז פארטיי איז גאר די לכתחלה!
רח"ל מהאי דעתא.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר