מיינע אנאליזן און געדאנקן איבער די אפעקטן פון קאראנע וויירוס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

מיינע אנאליזן און געדאנקן איבער די אפעקטן פון קאראנע וויירוס

שליחה דורך יודישע שרייבער »

אנאליזן און געדאנקן איבער די אפעקט וואס קאראנע וויירוס וועט [מעגליך] איבערלאזן אויף שפעטער.

דער קאראנע וויירוס בוזשעוועט שוין חדשים לאנג אויפן כדור הארץ אנשטעקנדיג איבער 3.7 מיליאן מענטשן (דאס איז וואס איז באשטעטיגט, גיי ווייס וויפיל נאך האבן עס געהאט...) און האט ליידער מיטגענומען מיט זיך קרוב צו 260 טויזענט טויטע פארשפארנדיג גאנצע מדינות, עקאנאמיעס, ביזנעסער וכו', בקיצור: די וועלט איז פארשלאסען - דאס איז אינעם גרויסן בילד - אבער ביי יעדעם איינעם האט עס אויך אויסגעקלאפט אנדערש און יעדער פילט עס אויף זיין אופן, ביי געוויסע מיינט עס געוויסע גאר נאנטע קרובים אדער חברים וואס זיי גייען מער נישט זעהן... ביי געוויסע מיינט עס שוועריקייטן אין פרנסה, וואס יעדער דא קען אראפשרייבן זיינע פריוואטע מחשבות און געפילן (עס וואלט אפשר געווען גאנץ אינטרעסאנט) אבער איך וועל מיר מער שטעלן אויף זאכן וואס גייען [זייער מעגליך] זיך טוישן און אפעקטירן מענטשן אויף א גלאבאלע פארנעם.

די לעצטע מאל די וועלט האט געזען אזאנס אדער עפעס ענדליכס דערצו איז לכאורה די ספּעניש פלו וואס האט געבושזעוועט אויף די וועלט פאר בערך 2 יאר פון איבער 100 יאר צוריק, אין יארע 1918 ביז 1920 למס'. וויבאלד עס איז א זאך וואס כמעט קיינער פון אונז לעבעדיגע האבן מיטגעלעבט אדער מיטגעהאלטן דערפאר איז נישט דא קיינער וואס קען וויסן וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן וואלט געווען אינטרעסאנט עס אויסצושמועסן בדרך אפשר (אין נאך א טעם, איך האב יעצט איבעריגע צייט צו טראכטן און שרייבן...) האב איך מיר אראפ געשריבן א ליסטע פון נקודות אבער וויבאלד עס איז גאנץ לאנג איז עס ביז יעצט געבליבן ביי דעם און עס ליגט שוין ביי מיר בערך צוויי וואכן, האב איך מחליט געווען אז איך וועל גיין פאוואליע און אראפשרייבן נקודה נאך נקודה, און צוביסלעך וועט ארויסקומען א דבר השלם אי"ה. תפסת מועט תפסת...

1) קיינער ווייסט נישט ווען און וויאזוי דאס גייט זיך ענדיגן - איז קאוויד19 א איין מאליגע זאך אדער דארף מען זיך גרייטן אויף א צווייטע אדער גאר יערליכע כוואליע?
די ערשטע זאך וואס דארף ארויפקומען במחשבה ווען מ'רעדט פון די אפעקטן וואס גייט איבערבלייבן 'נאכן' וויירוס, איז צו טראכטן ווען און וויאזוי דער וויירוס גייט אוועקגיין, פארשטייט זיך אליינס אז יעדער טראכט פאזעטיוו און האפט אויף די בעסטע מעגליכקייט אז וויבאלד די נאמבערס גייען אראפ מיינט עס אז די וויירוס גייט שוין אוועק און מען קען שוין צוריקגיין (צוביסלעך) צום נארמאלן לעבנס שטייגער און עפענען אויף צוריק אלע ביזנעסער און שולעס וכו' און אז עס וועט אוועקגיין איין מאל פאר אלעמאל און עס זאל שוין זיין א פארגאנגענהייט פון די היסטאריע, און דער באשעפער זאל העלפן אז עס זאל טאקע זיין אזוי, אבער מען דארף זיין גרייט אויף אנדערע מעגליכקייטן אויך...

די צווייטע מעגליכקייט איז אז עס וועט זיך איבערשפילן אזויווי ביי דער ספאנישער פלו אז עס איז געקומען אין דריי באזונדערע כוואליעס, דהיינו, נאך די ערשטע כוואליע האט זיך אפגעשטעלט איז עס צוריקגעקומען נאכאמאל (דרך אגב: די צווייטע מאל איז עס געווען שטערקער און מער פאטאל ווי די ערשטע!) און דאן איז עס צוריקגעקומען א דריטע מאל וואס ב"ה איז מער נישט צוריקגעקומען.

די דריטע (און מערסטע שרעקעדיגע) מעגליכקייט איז פונקט אזויווי אנדערע מחלות זענען נישט געווען אמאל אבער היינט איז עס בנמצא און יעדער ווייסט פון דעם, קען גאר זיין אז די קאראנע וועט ווערן א יערליכע ערשיינונג ח"ו און פונקט אזויווי עס איז דא א פלו סיזען וועט ווערן א קאראנע סיזען, די עקספערטן וועלן מיט די צייט זיך לערנען מער און מער איבער דעם און טרעפן א מעדעצין וכו'.

לאמיר האפן אויפן בעסטן אין וועלן מיר ממשיך זיין א צווייטע מאל ווען די צייט וועט ערלויבן, שוין צייט צו אנהייבן דעם טאג, אי"ה עוד חזון למועד.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
רעאגיר