דער איד מיט'ן טאוועל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

דער איד מיט'ן טאוועל

שליחה דורך טיכטיגער »

יעדער האט אמאל עפעס וואס דרוקט אים און ער וויל אויסדרוקן זיין מיינונג, מיט וואס איז יעדע ראלי צי פראטעסט גלייך? דער עולם האלט טאוולעך און ווי זאגט מען, דער פאפיר קען אסאך סובל זיין... ני, אז ס'דרוקט נעמט מען א טאוועל אין האנט, און מ'לאזט זיך ארויס אין גאס.
אויף אינסטעגרעם איז פארהאן אן אקקאונט Dude With A Sign פון א ניו יארקער לץ, וועלכער מאכט יעדן טאג פרישע טאוולען, חדשים לבקרים, ער קומט ארויס אין גאס מיט א פרישן מחאה, דברים העומדים על הפרק וואס דארף א דרינגענדע טויש! ער איז מוחה אויף יעדע מאדנע און קוריאזע פראבלעם וואס ס'איז נאר פארהאן.

מיט די צייט האט ער זיך איינגעקויפט אסאך חסידים, זיי קומען טאקע נישט ארויס צו זיינע ראליס, אבער זיי פאלגן אים נאך אויף טוויטער און אינסטעגראם. זיין אקאונט האט שוין איבער 7 מיליאן נאכפאלגער.
https://www.instagram.com/DudeWithSign/

דער בעל מחאה האט געזען א שטוינענדע סוקסעס, ער איז שוין געווארן באשריבן אין פילצאליגע מאגאזינען און ארויפגעברענגט געווארן אויף אסאך שאוס. היינט מאכט ער שוין געלט דערפון, דורכ'ן לייגן טאוולען וואס רעדט זיך פון פירמעס.
בייגעלייגטע פיילס
ממש ווי אין א אשכול
ממש ווי אין א אשכול
guy-protesting-randon-things-dudewithsign-1-18-5df09be763c6a__700.jpg
נישט אום שבת גערעדט
נישט אום שבת גערעדט
dude-with-sign-plane-landing.jpg

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר