נתן'ס בארימטע האט-דאגס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

נתן'ס בארימטע האט-דאגס

שליחה דורך טיכטיגער »

דאס איז ארגינעל געשריבן געווארן פארגאנגענעם וואך, לכבוד יולי 4, אבער וויבאלד איך געווען פארנומען האב איך נישט אנגעיאגט ביז יעצט.
דעם פארגאנגענעם זונטאג איז ווי יאר-יערליך יעדן יולי דעם פערטן, פארגעקומען דעם שטארק-ארויסגעקוקטן "נעיטענ'ס האט-דאג פארמעסט".
דער טשאמפיען דזשואי טשעסטנאט געבראכן זיין אייגענעם רעקארד, דער פרעסער - אנטשולדיגט כ'האב נישט קיין בעסערן טיטל – האט ווי א מעכטיגן וועקיום-קלינער אריינגערוקט 75 פרענקס אין בלויז צען מינוט!!!
אבער מיר זענען נישט דא צו באריכטן איבער א פארמעסט וואו עטליכע פרעסערס קומען זיך צוזאם צו פארמעסטן ווער ס'קען פרעסען מער און שנעלער (כ'האב היק-אפס נאר פון טראכטן פון אזויפיל פרענקס...), נאר איבער דעם געשעפט און איר אידישן היסטאריע.

נתן'ס בארימטע האט-דאגס
ביי די ווינקל פון סורף עוועניו אין קאוני איילענד געגנט, אין ברוקלין, שטייט א גרויסן פראמינענטן געלע געשעפט, מיט'ן נאמען "נעיטענס פעימעס האט-דאגס". סיי ווער פון בארא פארק צי וויליאמסבורג וועלכער ס'איז נאר אמאל געווען ביים קאוני איילענד ביעטש, ווייסט ווארשיינליך פון דעם געשעפט. ס'נעמט אויף באלד א גאנצע גאנץ און שטענדיג ווירבלט עס מיט צענדליגער איינקויפער.

די געשעפט שטעלט צו יעדעס יאר יולי דעם פערטן א פארמעסט, וואו צענדליגער מענטשן קומען זיך צוזאם צו פארמעסטן ווער ס'קען עסן מער האט-דאגס שנעלער. די פארמעסט ציט טויזנטער ביישויער וועלכע קומען מיטהאלטן דעם אינטערעסאנטן ספעקטאקל, וואו מענטשן שטאפן זיך די מיילער מיט פעטע פרענקלעך, און ניטאמאל לייגן זיי קעטשאפ ס'זאל זיך גרינגער אראפגליטשן...

עס איז אזוי אויפגעכאפט אז זיי פארמאגן אויפ'ן וואנט א ריזיגן זייגער וואס ציילט די טעג און שעות ביז ווען די פארמעסט וועט פארקומען. און ווער רעדט נאך פון דעם גרויסן טאג אליינס, ס'ציט אלוועלטליכע פרעסע דעקונג.
נו שוין, ס'דא אסאך מאדנע פארמעסטן און סעלעברעישענס איבער אמעריקע. וואס האט דעם פארמעסט געצויגן מיין נייגער מער ווי אנדערע שוואוילטאגן? דאס איז איר אינטערעסאנטע היסטאריע.

פון א האט-דאג סטענד צו א וועלט'ס אימפיריע
יולי 4, 1916, פיר אידישע רוסישע אימיגראנטן האבן זיך גע'טענה'ט ווער ס'איז מער פאטריאטיש צום לאנד, און האבן באשלאסן דאס צו דעצידירן דורך א האט-דאג פארמעסט... און זיי האבן אויסגעקליבן נעיטענס אלס זייער דעסטינאציע וואו מ'גייט זיך פארמעסטן. זיי האבן אהינגעברענגט עטליכע פראמינענטע מענטשן וואס האט געצויגן נייגער צו דעם פארמעסט און זינט דאן זעצט דאס פאר...
אבער נישט נאר די פארמעסט האט א אידישן היסטאריע, נאר די גאנצע געשעפט פארמאגט א אידישע געשיכטע.
נעיטענס, איז היינט א בארימטע ברענד איבער גאנץ אמעריקע, אבער עס האט זיך אנגעהויבן דורך א פשוט'ן האט-דאג סטענד וואס איז געעפנט געווארן דורך א פוילישער אידישער אימיגראנט נתן האנטווערקער, איבער הונדערט יאר צוריק.

נתן, וועלכער איז אנגעקומען קיין אמעריקע בלויז עטליכע יאר פריער האט געטראפן ארבעט אין א אידישער רעסטוראנט, פעלטמאנס רעסטוראנט וואו ער האט געדינט אלס קעלנער, און אזוי זיך אויסגעלערנט וויאזוי א רעסטוראנט ארבעט. א צייט שפעטער האט ער געזוכט צו מאכן מער געלט, האט ער געעפנט א געשעפט וואס ער ווייסט וויאזוי צו פירן: א רעסטוראנט.

זיין ווייב, איידע גרינוואלד האט ערצייגט דעם רעצעפט פאר זייער האט-דאגס, און איר באבע האט ערצייגט דעם געהיימען רעצעפט פון זייער ספעציעלן "ספייס", וואס האט צוגעגעבן דעם ריכטיגן גוטן טעם דערצו. טראצדעם וואס זיינע פליישן זענען נישט געווען כשר, האט ער זיך בארימט געמאכט אלס "כשר סטייל"... זאגנדיג אז זיי האבן נישט קיין פערדן פלייש וכו.

ווען נתן האט געעפנט זיין רעסטוראנט האט ער געזוכט זיך אריינצובאקומען אינעם מארקעט, האט ער גערעכנט בלויז 5 סענט פאר א האט-דאג, בעת זיין געוועזענער בעל בית האט גערעכנט צען סענט. אלזא האט ער געטון פילע קונצן און שווערע הארעוואניע זיך אריינצובאקומען אינעם מארקעט, למשל, דאן איז האט-דאגס געווען א אראפגעקוקטע אומגעזונטע מאכל; האט ער געדינגען אקטיארן זאלן זיך פארשטעלן ווי דאקטוירים און אנדערע פראפעסיאנאלן ביים קומען עסן אין זיין רעסטוראנט, כדי צו ווייזן אז אפילו דאקטוירים עסן האט-דאגס ביי אים אין געשעפט, די דריידלעך, ביליגע פרייזן און שווערע האראוואניע פון דעם אידישן אימיגראנט האט זיך פיין אויסגעצאלט, און פון א קליינעם געשעפט איז ער אויסגעשטיגן צו א מאסיוון אימפיריע.

אלזא מיט די צייט האט ער געעפנט נאך אן אפטיילונג און נאך איין, שפעטער זענען זיי ארויף פאבליק אויפ'ן סטאק מארקעט. אין 1987 איז די געשעפט פארקויפט געווארן פאר א גרופע אינוועסטירער, וועלכע האבן דאס געמאכט פאר א פרענטשייז געשעפט (וואס בעלי בתים קויפן אפ די רעכט צו ניצן דעם זעלבן נאמען און סחורה פאר זייער געשעפט).

היינט צוטאגס פארקויפט מען נעיטענס האט-דאגס אין איבער 55,000 ערטער, ווי רעסטוראנטן, געשעפטן, סטעדיומס וכו'. דאס רעכנט אריין איבער 400 פון זייערע רעסטוראנטן איבער אלע 50 שטאטן, און אין איבער 17 לענדער איבער'ן וועלט
בייגעלייגטע פיילס
Famous-Nathan-Documentary-Film-Hot-Dogs-Lloyd-Handwerker-Brooklyn-NYC-2.jpg

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר