זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2464 מאל

זעלענקא-טראמפּ מעדיצין היידראקסיקלאראקווין

שליחה דורך קורקלענד »

איך מאך אויף די אשכול צו דיסקוסירן די זעלענקא רעמעדי פאר קאראונא וואס טראמפּ יר''ה האט אזוי אויסגעלויבט.

פאר יעדער איינער וואס פרובירט נאר צו ניצן די מחשבה און טראכט אייגנארטיג איז עס זעלבס פארשטענדליך אז געוויסע עליטע רייסן אראפ די רעמעדי נישט ווייל ס'ארבעט נישט נאר ווייל זיי האבן אנדערע סיבות. וואס פונקטליך קען מען שפעקולירן. און טאקע דערפאר מאך איך דא א מקום פאר יעדער איינער וואס איז אפען צו דעבאטירן און פאר ווער ס'וויל פארשטיין.

נאך איין וויכטיגע זאך וואס איך וואלט געוואלט דיסקאסירן דא עפענטליך איז די אונטערדריקעניש פון פרייהייט פון ווארט אויף די נושא אין א דערנעבנדיגע אשכול. איך פערזענליך דריי זיך שוין דא פילע יארן. איך ווייס נישט אויב ס'איז דא דא א מנין אשכולות וואס זענען נישט פארדרייט געווארן. אבער דא האט זיך היינט געמאכט א אינטערעסאנטע מעשה, נעמליך איינער האט פארדרייט צו דיסקאסירן דער נושא, האט מען פארשפארט יענע אשכול. איך וואלט געוואלט פארשטיין פארוואס דער נושא ווערט באהאנדלט אנדער-ווי סיי וועלכע אנדער נושא מיט אט די זעלבע פראבלעם?

איז עס ווייל דער עסטאבלישמענט לינקע איז אזוי 'קאנסערוואטיוו' צו זיין לינקע 'פארטיי' אז ער פילט אז אויב טוויטער און פעיסבוק מעקן אויף די נושא דארף ער אויך האבן די אחריות? איז נישט קאווע שטיבל דווקא אויפגעמאכט געווארן אז מענטשן זאלן זיך עפענען און יא רעדן און יא דעבאטירן און נישט אונטערדרוקן אנדערע? האלט איר נישט פון היידראקסיקלאראקווין? נישט קיין פראבלעם אנטשטאט צו אונטערדרוקן און פארשפארן קום לערן אונז אויס? געמיינט האב איך אז דא איז א 'ליבעראלע' פרייע פלאטפארמע, דערווייל אבער איז עס סתם א 'לינקע' 'פארמאכטע' פלאטפארמע? אזא 'קאנסערוואטיוו'לינקע פלאטפארמע?

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר