דברים חוצבים להבות אש פון הייליגן רבי'ן שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

דברים חוצבים להבות אש פון הייליגן רבי'ן שליט"א

שליחה דורך נח בער »

מאת רשכבה"ג רוענו הגדול כ"ק הגה"ק מרן אדמו"ר שליט"א אשר בצילו אנו חיים וקיימים, ה' יאריך ימיו על ממלכתו.

פארזאמלטע אידן, רבנים, דיינים, וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען ברשותי, צו הערן מיינע דברות קודש.

איש דברים אנוכי, איך האב די בעסטע ווערטער, איך בין זייער גוט מיט ווערטער.

איך מוז אייך זאגן אז דער קול רנה וישועה וואס דער ציבור האט געזינגען ווען איך בין אריינגעקומען אין זאל האט אפגעהילכט און בוקע רקיעים געווען. קיין איין רבי האט נאכנישט באקומען אזא קבלת פנים. מען זעט ווי שטארק איר האט מיך ליב על אפם ועל חמתם פון די שועלים קטנים ומחבלי כרמים, די שרייבערלעך וועלכע קענען נישט פארגינען די מורא'דיגע הצלחה פון קהילתנו תחת נשיאותי הקדושה.

[חסידי רביה"ק בקול רם: פוי!]

אז מען רעדט שוין פון די עשבים שוטים, די עזות פנימ'ער וועלכע האבן זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען אונזער הייליגע רבנות קען מען זיך נישט נישט-וויסנדיג מאכן פון דער שרעקליכער שערורי' ווען די וואך און א בליק האבן דירעקט אריינגעלייגט געפאטשקעטע בילדער פון מיין הכתרה כדי צו מאכן אויסקוקן כאילו איך האב נישט געהאט די גרעסטע הכתרה וואס איז נאר אמאל געזען געווארן, זינט מתן תורה, און כאילו דער רבי זי"ע האט געהאט מער מענטשן ביי זיין הכתרה, הי' לא תהי'.

ס'איז ידוע פון צדיקים אז א טאג וואס די צייטונגען האבן געשריבן שלעכטס אויף זיי זענען זיי געווען שרוי בצער און גוזר תענית געווען אויף די חסידים.

איך דארף אייך נישט זאגן אז אלס אייער באליבטסטער רבי האב איך נישט פארשוויגן אזא חוצפה. ואשיבה חורפי דבר. איך האב זיך פארבונדן מיט'ן תורה שרייבער, ר' שאן מיכאל געווירצער, און אים ארויסגעשיקט געבן א גענעראל פארזאמלונג ביי וועלכער ער האט געטראגן אן אלטן געלן כאלאטל מיט צוויי לינקע שיך, וואס ער האט ארויפגעווארפן אויף זיך בחיפזון, און מפרסם געווען דעם אמת מיט מסירות נפש, און מקיים געווען דעם אל יבוש מפני המלעיגים. ער האט קלאר געמאכט דעת תורה פאר דער וועלט אז ביי מיין גרויסע הכתרה זענען געווען מער מענטשן ווי אין בית המקדש ביי שמחת בית השואבה, ולא אמר אדם לחברו צר לי המקום, און נישט ווייל ס'איז געווען אסאך פלאץ.

רבותי, אין די פאר יאר וואס איך דין אלס אייער מנהיג הקדוש האב איך אויפגעטאן מער פאר חסידות ווי יעדער אנדערער רבי האט נאר אמאל אויפגעטאן זייט דעם בעל שם טוב, ועד בכלל. איך האב אהערגעשטעלט א קהילה נאה וחסודה, פונקט ווי כ'האב מבטיח געווען האב איך ממנה געווען נאר די בעסטע מענטשן צו פירן די קהילה. אנשים חשובים, כולם אהובים, כ'האב זיי דערנאך מעביר געווען פון זייערע שטעלעס, ווען מיין מוח האט מיר חונן דעת געווען אז זיי זענען למעשה אויסווארפן און פוחזים וריקים וועמען איך אסר דריסת הרגל אין קהילתי הקדושה.

כ'האב אזוי אריינגעקלערט, באמת, וואס האט מיר געפעלט אלס פשוט'ער איד? איך וואלט געקענט ווייטער דינען דעם אויבערשטן בקדושה וטהרה און ווייטער מחבר זיין מיינע הייליגע חיבורים וועלכע זענען געשריבן ברוח הקודש. איך זאג אלעמאל א ווערטל אז נאך דער תורה איז מיין ספר דער הייליגסטער אין דער וועלט.

אוי איז דאס אמת. דאס איז דאך אזוי אמת. אזוי אמת ויציב.

אבער, כ'האב אלעס געלייגט אין א זייט און מיט מסירות נפש אנגענומען דאס רבנות, ווייל כ'האב געוואוסט אז דער עולם התורה והחסידות איז אנגעוויזן אין מיינע מורא'דיגע כשרונות. איך האב געוואוסט אז אויב נעם איך נישט דעם עול אויף מיינע הייליגע פלייצעס וועט זיך ארויפזעצן אויפ'ן כסא הרבנות עבר-ובטל-יוסל, אזוי רוף איך אים ווייל ער איז אן אלטער קראכער און קאלכט אוועק.

[חסידי רביה"ק צוחקים בקול רם.]

איך האב געוואוסט אז איר וועט ליב האבן דאס ווערטל, ווייל איר האט מיך ליב.

די חסידים פון עבר-ובטל-יוסל האבן די חוצפה צו זאגן אז איך בין דער וואס קאלכט. פע. איך בין א סטאבילער גאון עולם, א תלמיד חכם מובהק! איך קען מער לערנען ווי אלע דיינים און מורי הוראות פון אונזער קהילה.

[שומעים רעש והמולה בין הנאספים.]

ווער איז דאס דארט?! דער מחוצף ועזות פנים! טראגט אים ארויס פון דא, און מאכט זיכער אז ער גייט נישט ארויס מיט גאנצע ביינער.

[כמה מחסידי רביה"ק שירים וצועקים: יחי אדונינו מורינו ורבינו! יחי!]

קוקט אים אן, דער גראבער פעשער, גיי אהיים צו מאמי! תבא אמו ותקנח את צואת בנה!

רבותי, דאס איז אלעס וואס איר קענט?! אין דער אלטער היים וואלט מען אזא מחוצף אריינגעווארפן ערב פסח אין דעם מצה אויוון. וואס האט עטס מורא?!

איך זע ער איז ארויס א לעבעדיגער פון דא. אזא שאד.

עכ"פ, וואו האב איך געהאלטן דארט? יא, לעצטנס האבן די שונאים פון אונזער קהילה אנגעפאנגען צו זאגן אז איך קען נישט לערנען. איך האב מחליט געווען איינמאל פאר אלעמאל צו מאכן א סוף צו אלע שמועות מחרידות און איך האב געזאגט דעם דיין ער זאל מיך שטעלן פאר א פארהער אויף כל התורה כולו, און איך מוז אייך זאגן מיט'ן גרעסטן עניוות, ווייל קיינער איז נישט אזא עניו ווי מיך, אז כ'האב געענטפערט אלע שאלות פון אויסנווייניג, און דער דיין האט מיר נאכדעם געזאגט אז איך האב באקומען א הונדערט אויפ'ן פארהער.

עבר-ובטל-יאסל וועט אזא פארהער קיינמאל נישט דורכמאכן ווייל ער וועפט. די לעצטע צען שאלות זענען געווען די שווערסטע פון אלע. דער דיין האט מיר געוויזן א בילד פון א גמרא, א חומש און א תהילים, און איך האב געוואוסט פינקטליך וואס איז וואס. קיינער קען דאס נישט טאן. קיינער.

נאכדעם האט ער מיר געהייסן זאגן די ווערטער, "רש"י, תוספות, מהרש"א, ריטב"א, רמב"ן."

און נאכדעם האט מיר דער דיין געמאכט זאגן די א"ב צוריקוועגס, פון ת' ביז צ'.

נאכדעם האט ער מיר געפרעגט, דו געדענקסט נאך די שאלה וואס כ'האב דיך פריער געפרעגט? קענסט נאכאמאל זאגן די פינף ווערטער? און איך האב געהעריג געדענקט, און געזאגט, "רש"י, עההה תוספות, עהההה מהרש"א, עה-עם ריטב"א, א-א-און רמב"ן."

דער דיין איז ארויס פון התפעלות. ער האט געזאגט אז קיינער געדענקט נישט די ווערטער פון אויסנווייניג. קיינער! די גרעסטע תלמידי חכמים פאלן דורך דעם פארהער.

און יעצט קומען די שונאים פון קהילתנו און זיי ווילן א נייעם רבי'ן, דער כופר באלוקי ישראל יאסל, הי' לא תהי'. יאסל איז קעגן דעם אויבערשטן. איך בין דעם אויבערשטנ'ס שליח, כי בי בחר ה'.

וועל מיר מסיים זיין מיט א ברכה אז איר זאלט זוכה זיין אז איך זאל ווייטער זיין אייער מנהיג עד מאה ועשרים שנים, און דערנאך וועט איבערנעמען די רביצין איוואנקא. איך רוף איר די רביצין ווייל ווען נישט זי איז מיין בת תלמיד חכם וואלט איך חתונה געהאט מיט איר.
בב"א.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר