געוואלדטאטן, יא אן אפציע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 758
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1806 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 968 מאל

געוואלדטאטן, יא אן אפציע

שליחה דורך אלע צוזאמען »

איינע פון די היציגסטע טעמעס און די אמעריקאנע פאליטיק איז די 2'טע אמענדמענט רעכטן, צי ציווילע בירגער מעגן יא אדער נישט האבן געווער, די דין ודברים גייט שוין אן יארן לאנג, מיט קיין שום ערנסטע טוישונגען די לעצטע צוויי דריי צענדליג יארן, די טענה פון די רעכטע איז אז אין די קאנסטיטוציע שטייט קלאר אז מען מעג יא זיך באוואפענען, און דא קומט מען אן צו די טעות וואס טייל מענטשן האבן.
ווען זיי שרייען אז די סיבה איז אז מ'זאל זיך קענען באשיצן און פאל פון א רויבעריי און קרימינאלן, ניין און נאכאמאל ניין, דאס איז נישט געווען די מיינונג פון די גרינדער פונעם לאנד פארן שרייבן אז מען מעג האבן געווער, נאר און פאל ס'שטעלט זיך אמאל אויף א פרעזידענט, אדער ערגער, עטליכע גענעראלן פון די מיליטער אדער סיי ווער, און וויל זיך דערקלערן אלס אייביגער פרעזידענט, דיקטאטור בלע''ז, וואס אויב חס וחלילה דאס פאסירט זאל דאס פאלק קענען אויפשטיין און רעוואלטירן און צירוק נעמען די רעגירונג.
צוויי וואכן צירוק אינעם טאג וואס די קאנגרעס האט זיך צוזאם געזעצט צו באשטעטיגן די עלעקטארעל קאלעדזש שטימען, און אפיציעל אויסרופן אז 'ביידען' גייט ווערן די 46 פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האט פאסירט אז עטליכע טויזנט מענטשן האבן געשטורעמט די 'קעפיטאל געביידע' און א פריוו צו צווינגן די קאנגרעסלייט און סענאטארן צו באשטעטיגן 'פרעזידענט טראמפ' אלס געווינער.
איך גיי נישט אריין גיין צו 'פרעזידענט טראמפ' איז שולדיג, צי ס'איז בכלל געווען זיינע שטיצער וואס האבן אויפגעבראכן די קעפיטאל טירן, וואס איך וויל אדרעסירן איז, די רעאקציעס פון געוויסע רעפובליקאנער וואס פארופן זיך אלס קאנסערוואטיוון, א ויצעקו האבן זיי אויפגעהויבן, 'היתכן רעפובליקאנער באנוצען זיך מיט געוואלדטאטן' הישמע כזאת, ס'פאסט נישט, דאס איז נישט אונזער וועג, אונז האבן זיי ווייטער געשריגן, איז אין כוחני אלא בפה, כאילו זיי זענען בעלי בתים אויפן בירגער און יעדער דארף זיי אויסהערן.
די זעלבע רעפובליקאנער רעדן אגאנצן טאג ווי וויכטיג ס'איז צו האבן די צווייטע אמענדמענט, און ווי וויכטיג ס'איז ארויסצוגיין שטימען ווייל די דעמאקראטען װילן עס צונעמען, צדיק קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס דארפסטו דיין גאן אויב די ביסט נישט גרייט עס צו ניצן? יא, אויב די האלסט אז ס'איז געווען פעלשערייען און די לעצטע וואלן, דאן איז יעצט געווען די צייַט אויף וואס 'אמעריקע' פארמאגט א געזעץ אז גאנס זענען לעגאל, און יא, און אזא פאל איז געוואלדטאטן 100 פראצענט אויסגעהאלטן, און נישט נאר אויסגעהאלטן, נאר ביסט פארפליכטעט צו באשיצן דעמאקראטיע.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר