האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

האט איר געהערט וועגן Clubhouse? וואס קלערט איר וועגן דעם?

שליחה דורך בונה של טוב »

א פריינט האט מיר איינגערעדט אויסצוטשעקן דעי נייע פּלאטפארם און איך האב צוערשט נישט געהאט קיין חשק צו פארשווענדן מיין טייערע צייט אויף דעי נייע ״גלאנציגע חפץ״. אבער איך האב הנאה אז איך האב עס געגעבן א טשענס ווייל ס׳איז גאנץ מערקווירדיג. ס׳האט א געוואלדיגע פאטענציעל.
צום ביישפיל מיין פריינט איז געווען גאר באאיינדרוקט פון די מעגליכקייט צו קענען זיין אינ׳ם זעלבן צומער ווי Ivy League - Harvard students שמועסן מיט עדיקטס און האבן אן אינטעלעקטועלע שמועס וואס צוברעכט אלע ערווארטונגען און דזאדשמענטס וואס מענטשן האבן.
אבער פאר מיר האט עפעס אנדערש מיר געמאכט מכיר טובה זיין דעי געלעגנהייט וואס clubhouse ערמעגליכט:
אויב דו האסט צוטריט צו אן ipad אדער iphone דאן קענסטו מאכן אן אקוינט אנאנים אזויווי אויף פייסבוק און דאן זיך שטיל אריינשלייכן אין סיי וועלכע צומער דו ווילסט און הערן אינטרעסאנטע שמועסן וואס קענען געוואלדיג ארויסהעלפן.
צום ביישפיל ס׳דא א צומער וואס הייסט Breakfast w/ Champions וואס איז אפן יעדן אינדערפרי פון 5 פארטאגס ביז 11 צופרי (ניו יארק זייגער EST) און אין איין שעה האב איך געהערט 1. הערליכע געדאנקען וועגן פירערשאפט (מיר זענען אלע לידערס אין לעבן פאר אונזער משפחה און צומאל העלפט מען אנדערע אויך) און זיי האבן געגעבן געוואלדיגע עצות וואס קען ברענגען בעסערע פירות... 2. א שמועס וועגן מוזיק וואס איז געווען זייער אינטרעסאנט און אינספּירירנד. 3. אן אינטרעסאנטע שמועס וועגן די תורה און נאך אסך
די אופן וויאזוי דאס ארבעט איז אז אין יעדע שטוב זענען דא רעדנערס (מען קען אויך אליין קריעיטן אן אייגענע קאווע שטיבל) און דער וואס מאכט דעם שטיבל קען באשליסן אויב זיי ווילן לאזן יעדן רעדן סיי ווען און האבן א נאטירליכע שמועס, אדער קען מען עס אויסשטעלן אין א וועג ווי א פאדקעסט ווי ס׳דא א הויפט רעדנער אדער צוויי יעדע שעה אבער מיט די ריוח פון האבן א q&a ווי מענטשן קענען מגיב זיין אדער פרעגן וואס סיי ווילן און ס׳איז גאר ערשטוינענד צו מיר ווי א שמועס קען זיך אזוי ווינדערלעך דעוועלעפּן ווען יעדער איז מנדב זיינע קענטעניסן.
די cool זאך איז אז ס׳איז דא א ריזיגע אויסוואל פון אלע סארט שטובלעך איבער יעדע נושא, אויב איינער האט ליב math & science קען ער טרעפן אלע סארט קרייזן (אידן אדער גויים) וועלכע האבן אינטרעסאנטע שמועסן וועגן דעם. דאס זעלבע אויב די האסט ליב שפראכן, art, poetry און דאס גלייכן קען מען זיך סיי לערנען אסך אין א קורצע צייט ווי אויך האבן געשמאקע שמועסן מיט אזעלכע וואס share the same interest (עס קוקט אביסל אויס ווי א לעבעדיגע וויקיפידיע)

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר