שנית מצדה לא תפול

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

שנית מצדה לא תפול

שליחה דורך ונבנתה העיר »

(רובו ככולו האביך געשריבן פאר אן אויסגאבע וכו'.)

-----------

דער אפטעמיסט גייט צו צום עק פונעם דאך, און גרייט זיך צו שפרינגען. נישט סתם א דאך - ס'איז אזא צוועלף שטאק ארויף.

ער אטעמט אריין טיף, כאפט א בליק אויף דעם לאנגן ווייטן וועג אראפ, און רופט זיך אן:

"סאו פאר...

...סאו גוד..."

-----------

איך בין עפעס נישט געבענטשט מיט אזא כח האפטעמיזם, אזא בטחו בה' עדי עד – ביז אין דער ערד אריין. כ'מאך מיר א סך הכל פונעם גאנצן באשאף, און ס'זעט מיר נישט אויס צו גוט.

דזשאן קווינסי עדעמס, דער געוועזענער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, שרייבט אין זיין טאג-בוך צו זיין צוואנציגסט'ן געבורטסטאג, יולי דעם עלעפטן 1787:

"... אט איז, אז איין דריטל פון א לאנגן לעבן איז איינגעשפאנט אין זיך אנגרייטן צו שפילן א ראלע דורכאויס נאך א דריטל. און דער לעצטער, פארברענגט מען אין רוה און שטילקייט ווארטנדיג אויף דעם לעצטן קלאפ, וועלכע שטעלט אונז צוריק גענוי וואו מיר זענען געווען זיבעציג יאר בעפאר. הבל! הבל! הכל הבל ורעות רוח."

צוויי טויזנט האבן מיר אויף תוהו פארשווענדעט, צוויי טויזנט תורה איז שוין אויך פארגאנגען. איז וואס בלייבט? שני אלפים ימות המשיח.

נו, צוויי טויזנט איז פארט עפעס א מספר. עה, וואו וואס. אין ארום צוויי הונדערט יאר, זעמיר געענדיגט. עבר ובטל מן העולם.

איר פארשטייט וואס פאר א נישטיגע מספר דאס איז? די פאראייניגטע שטאטן איז שוין עלטער פון דעם.

אין אט די פאר מינוט וואס איז פארבליבען פונעם וועלט-באשאף, דארף דער מעסטער-אוו-צערעמאניעס ענדליך צוקומען צום ווארט. עס דארף נתגלה ווערן דער גרויסער 'פיניש' אויף וועלכע מיר האבן פארברענגט כמעט זעקס טויזנט יאר פארברענען בתי מקדשות, און פארגאזן מיליאנען.

די גאלאקסיעס שטייען געשפאנט. דאס באשאף האלט דעם אטעם.

------------

עס איז דא א שארף ווארט פון דעם קאצק'ער רבי'ן זי"ע. עס איז א בפירוש'ער גמ', זאגט דער רבי, אז א צדיק קען זיין א טיפש. אט הערט.

די גמ' זאגט אין מס' נדה דף ט"ז, אז דער אייבערשטער איז גוזר אויף יעדן קינד איידער ער ווערט געבוירן, צי ער זאל זיין א חכם אדער א טיפש. אבער צי ער זאל זיין א צדיק אדער א רשע, דאס איז מען נישט גוזר, אויף דעם האט יעדער אן אייגענע בחירה.

זאגט דער הייליגער קאצקער, שטעלט צוזאמען איינס מיט איינס. מען האט גוזר געווען אויף איינעם אז ער זאל זיין א טיפש ל"ע ול"ע, אבער ער האט נאך אלס די ברירה צו זיין א צדיק. אט האבן מיר א צדיק א טיפש.

האביך מיר געטראכט אזא עקספערימענט. אז איך שטעל זיך אויף במקהלות, און כ'דרש'ן ברבים אז אפי' א טיפש קען זיין א צדיק, וועלן אלע ווארעם מיטשאקלן און נתעורר ווערן. עס איז א מימרא וואס שפירט זיך ריכטיג צו זאגן.

אבער אז כ'וועל נעמען א מייק און אויסשרייען אז א צדיק קען זיין א טיפש... נו נו. אויף דעם דארף מען שוין די פלייצעס פון א שארפן רבי'ן אינעם ניינצענטן יאר-הונדערט.

אבער מרי' דאברהם, איז דען דאס נישט איין און די זעלבע סטעיטמענט?

----------------

הערט רבותי.

ס'איז פארהאן א פחד'יג ווארט פון הייליגען חתם סופר זי"ע.

דער אייבערשטער זאגט צו אידן: ולמען תספר באזני בנך ובן בנך, את אשר התעללתי במצרים. התעללתי. דאס איז דאך עפעס א לשון פון ליצנות, חוזק געמאכט, שיחקתי – זאגט רש"י.

איר קענט מיר אפשר זאגן וואס דא איז פאני? מען האט אריינגעשמיסן אין די מצריים מכות רעות ונאמנות, עפעס ברענג אייך צום לאכן? וואספארא געלעכטער איז דאס?

זאגט דער חתם סופר אזוי. פאר איבער דריי הונדערט יאר איז געווען קלאר פאר די גאנצע וועלט אז די הימלישע וועזנס זענען אלע איינגעשפאנט לטובת מצרים, און זיי ארבעטן אווער-טיים אז זי זאל בלייבן די וועלט'ס סופער-פאוער.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט זיבן זאטע יארן, וואס קיינער אין די וועלט האט נישט געהאט נאר די מצריים. דערנאך איז געווארן א הונגער איבער די גאנצע וועלט, אזוי אז דאס גאנצע געלט פון איבעראל איז אריינגעפלאסן קיין מצרים, און זי איז געווארן די מושל בכיפה. יעקב מיט זיין גאנצע רבי'שע פאמיליע זענען אנגעקומען קיין מצרים, און גאנצע דורות פון אידן זענען געפייניגט און געהרג'עט געווארן, צושטעלנדיג דערווייל אן ארבעטס-קראפט פון צענדליגע טויזענטער אומזינסטיגע קנעכט.

הודו כולם ואמרו, די מצרישע געטער פירן די זאך.

מה עשה הקב"ה? נאך לאנגע, לאנגע דורות איז נתגלה געווארן, אז ער האט מיט זיי געשפילט דעם לאנגן-שפיל. הכל כאשר לכל איז געווען בכוונה תחילה אז ווען די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים וועט דאס גאנצע געלט און מאכט אריבערגיין אין זייערע הענט, ונתהפכה הקערה על פיה.

אט דאס איז די ליצנות, וואס דער אייבערשטער האט געשפעט אין די מצריים.

------------

ענליך זאגט דער אבודרהם אין די הגדה. שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקב"ה מצילינו מידם. דער אייבערשטער שטעלט אויף אונז די אויבים לכתחילה, 'כדי' ער זאל אונז קענען ראטעווען און ווייזן ווי טייער מיר זענען ביי אים.

הנה זה עומד אחר כתלינו. עס שטייט איינער פון אונטער דעם פארהאנג, ער פירט דעם שפיל און מענעדזשד די לייטס אויפן סטעידזש. צומאל רופט דער שפיל פאר א באלאכטענע פלאטפארמע, אמאל דארפן די לעקטערס פארטונקלט ווערן. אבער גארנישט געשעט פון זיך אליין, דער פון אונטן שפילט מיט זיינע מענטשעלעך. כפאפעטס ביד הפאפעטיער, כן אתם בידי בית ישראל.

-------------

די וועלט מוטשעט זיך, וואס איז דער חילוק צווישן דער שאלת החכם און די פראגע פון דעם רשע.

דער חכם פרעגט מה העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה ה' אלקינו אתכם, און מ'באווארפט אים מיט אלעס גוטס. דער רשע פרעגט מה העבודה הזאת לכם, און מ'ווארפט אים ביים קארג, כפר בעיקר, אילו הי' שם לא הי' נגאל.

אודאי, רבותי, קענען צוויי מענטשן זאגן דעם זעלבן סטעיטמענט, עס ווענדט זיך אבער וואו מען לייגט דעם טראפ, וועלכער טייל פון דעם פזמון ליגט אויפן געוויסן.

דער חכם פרעגט מלמעלה למטה, ער וויל וויסן וואס איז דעם 'אייבערשטענ'ס' פלאן אין דעם גאנצן שפיל, וואס איז זיין זעקס טויזנט יעריגע מעסטער-פלען וואס וועט קומען צו איר קלימאקס מיט אונזער עבודה אין זיינע עדות חוקים און משפטים.

דער רשע דערמאנט אבער נישט דעם אייבערשטן, ער וויל וויסן מלמטה למעלה, מה העבודה הזאת לכם. וואס האט 'עטץ' דערפון, וואו זעט 'עטץ' דעם באלדיגען בענעפיט אינעם שווייס און בלוט, שוין יעצט אין 2021 – אכול ושתה כי מחר נמות.

אה... אויב אזוי, איז ער כופר בעיקר, ווי דער לשון הרמב"ם איז - העיקר הגדול שהכל תלוי בו. דער רשע פארשטייט נישט צום איין און איינציגע נקודה אין וואס אלעס איז אנגעהאנגען, אז די טריליאנען לכאורה-אומאפהענגיקע געשעענישן דורכאויס די גאנצע זעקס טויזנט יאר, איז איין לאנגע שנירל, א קלייד וועלכע שפינט זיך אין די הענט פונעם מייסטער, אנצוקומען צו איר גלארייכע ענדע, ווען מיר וועלן זיך באקליידן מיט כתנות אור, וראו (בלשון עתיד) כל בשר יחדיו, כי פי ה' דיבר (בלשון עבר), יענעם טאג וועלן מיר זען למפרע ווי אלעס איז געווען אויפן באפעל פונעם דירעקטאר, אז דער שפיל זאל זיך צוזאמענקומען מיט א שלימות.

אז עס פעלט אים אט די צענטראלע נקודה, איז אילו הי' שם לא הי' נגאל, ער האט פארפאסט די גאנצע נקודת הגאולה פון מצרים, ווי זי לייזט אויס דעם גאנצן גלות למפרע.

-----------------

און כ'וועל אייך מגלה סוד זיין, מ'דארף נישט קיינע גרויסע מעשיות, אלעס איז תלוי אינעם 'וויסן' אליין.

עס קענען שטיין צוויי אידן אין תשפ"א, איינער 'ווייסט' דעם סוד, און איז אן אויסגעלייזטער, דער צווייטער ווייסט נישט און מוטשעט זיך.

לעושה השמים בתבונה. מיט וואס דען מאכט מען א הימל, בייזערט זיך דער קאצקער, מיט א נאדל?

ואני אומר, היינט אז מ'ווייסט אז ס'איז נישט דא מוגדר'דיגע חפצא וואס איז 'הימל', איז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. לעושה השמים בתבונה, דער הימל געפונט זיך ביי יעדן אין קאפ.

און איז עס דען מגרע עפעס פון זיין מציאות? איז די שקיעה ווייניגער שיין? כאפט מיר דען א קלענערע יראת שמים ביים עס באטראכטן?

א פייג.

אין אט דעם אויסגעלייזטן מיינדסעט דארף מען זיך אריינלייגן דורכאויס די פיר כוסות, אזוי אז דער פיפטער כוס פון והבאתי אתכם אל הארץ, גיסט זיך שוין אליין אן.

ווי זאגט דער רמב"ם, ויש לו למזוג כוס חמישי. א מין לשון דאס, ויש לו למזוג.

און אויף דעם פיפטן כוס, זאגט דער רמב"ם, זאגט מען הלל הגדול. הלל הגדול הייבט זיך אן פון פאר די בריאה, און גייט אלעס אדורך ביז נאך ביאת הארץ. די אפס ענד דאונס, אלעס מיט'ן זעלבן אייביגן חסד. כי לעולם חסדו.

-------------

אט דאס בעט זיך דער אייבערשטער ביי אונז, האט אביסל געדולד, אביסעלע אמונה, פאר א סיבה האביך נאכנישט פארמאכט דאס געשעפט און דעקלערט באנקראט*. למען תספר באזני בנך ובן בנך, זאגט אריין פאר די פאר'חלש'טע אין די אויערן, פארציילט עס פאר די קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות – את אשר התעללתי במצרים, וואס פאר א ליצנות דאס אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט למפרע. ווארט נאר א מינוט, אנטלויפט נישט פאר שולחן עורך.

אודך ה' כי אנפת בי, זאגט די גמ' אז לעתיד וועט מען דאנקען דעם אייבערשטן אויף וואס ער האט זיך אויף אונז געבייזערט, ישוב אפך ותנחמני. אין די פאר מינוט וואס איז געבליבן פאר די וועלט וועט אונז אלעס איבערגעדרייעט ווערן למפרע, שמחנו כימות עיניתנו שנות ראינו רעה.

מיר וועלן זיך ארומדרייען אין א חלום, היינו כחולמים. מ'וועט זיך ציפן די בארד און שלעפן די נאז, זיך צעקושן מיט קארונא און זיך האלז'ן מיט א האלאקאוסט. דער אייבערשטער וועט זיך ווישן די טרערן, אליין נישט גלייבנדיג אז ס'איז אים געלונגען – כה אמר ה' צבאות, כי יפלא בעיני שארית העם הזה בימים ההם, גם בעיני יפלא נאום ה' צבאות.

און אט האבן מיט א נייעם באדייט אין דעם אייביגען וואונטש, כימי צאתנו מארץ מצרים, אראנו נפלאו'ת, בב"א.






------------
*כ'דערמאן זיך אין א הייליג ווארט פון ניטשע: The thought of suicide is a powerful comfort: it helps one through many a dreadful night

ס'לוינט זיך צו לעבן און שטארבן זיבעציג יאר, פאר אזא געשמאק ווארט. א היכי תמצא, דער 'מציאות' און ברירה פון סועסייד, גיבט דעם כח אויף סערווייוועל.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר