למעשה: ווערן א רבי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

למעשה: ווערן א רבי

שליחה דורך עדיאל »

[justify]אריינפיר

אל כבוד חבירי הגה"צ בנש"ק וכו' שליט"א
איר זענט שוין אריבער דעם בן ארבעים לבינה, און ס'איז שוין שחורים נעשו לבנים. אט רוקט מען זיך אינעם שידוכים פאזע אריין, און ס'איז געקומען די צייט זיך מתבונן זיין אינעם אם אין אני לי מי לי.

ווי מיר ווייסן האט איר אלעמאל געשפירט אז איר האט וואס צו משפיע זיין. ס'דא פון אייך צו נאשן, און די וועלט האט צו נהנה זיין פון אייך עצה ותושיה. נאר איר ווייסט דאך פחיתות ערכך, און איר האלט איר זענט נישט ראוי לאותו איצטלא. וויל איך אייך דערמאנען אז ס'דא א בחינה פון ויגבה לבו בדרכי השם, און אמאל איז עניוות גאר א חיסרון. איר שטאמט דאך פון גרויסע זיידעס, און כשלעצמך זענט איר דאך נישט ארגער פון אנדערע. ס'דא היינט פון אלע מינים וואס שרייבן און זאגן. איז פרעגט אייך אליינס למה נגרע? ס'איז א שאלה פון אל תמנע טוב מבעליו, און ואם לא עכשיו אמתי? זייט אייך מקשר אין אייער זכות אבות, ולך בכחך זה והושע את העם!

למעשה, קומט עס אן שווערליך, און ווי איר זאגט דאך תמיד, חיזוק און הדרכה איז אלעמאל א ברכה. איז לאמיר זען אויף תכלית, און לערנען דעם פרק פון כיצד הרבי.

____________________________________________

אקדמות מילין, רביסטיווע קען מען אנטייל אין דרייען. נארישקייטן, גנונים, ופנימיות.

קינדערישע שטותים:
טשערי לייטס, בילדער אין די מאגאזינען, שוואנצאנים און שוויצערס למינהם וועלכע מאכן א טומל און שטופן. איך שעם זיך פשוט צו רעדן פון די זאכן, און איך ווייס ווי ביליג און אראפגעקוקט די אלע תאוות'ער זענען ביי אייך. דערפאר וועל איך זיי אפילו נישט אויסשמועסן דא.

_________________________________________

גינוני רבנות:
מלבושים, זילבערנע שטעקן, ביקורי גומלין, וכדומה. די זאכן זענען נישט קיין נארישקייטן חלילה, און ס'איז יסודתם בהררי קודש. נאר מ'קען זאגן די אלע נימוסים זענען ווי פרפראות צו רביסטיווע. דער עיקר איז דאך דעם תוכן. אבער פטור בלי כלום אי אפשר.

שווארצע זאקן: הייבט אן מיט דעם. ס'מאכט באלד א רושם אז איר זענט א מורם מעם, אבער לאו דוקא א רבי ממש. נאר מ'קען דאך נישט פלוצים אזוי אויף א רעגנדיגען דאנערשטאג קומען צו שחרית מיט די הויזן ארויפגעקאטשעט. דער עולם וועט שפעטן. מ'דארף עפעס א הסבר, און ווער ס'וויל זאל מקבל זיין, און ואם ללצים הוא יליץ. ס'כדאי צו באקומען א הערה אין דעם ריכטונג פון איינע פון גדולי האדמורי"ם דורינו. אפשר פרוביר א שמועס מיט לאנצוט'ער איבער מאדערנע מלבושים און דעם קאלאשיצער, און ער וועט בתוך הדברים לאזן פאלן אזא, און נו? וועט דאך זיין א הוראה מפורשת צו גיין שיך און זאקן. און אז ס'פארט נישט, גייט אריין פרעגן דירעקט א רבי'ן, אז איר העט ווען געהאט חשק, נאר איר חשש'ט משום יהורא, און זאל דער רבי זאגן. און דער רבי וועט אודאי זאגן. וואס שאדט א טובה טאן א אידן. אחוץ דער רבי איז דער מיט די קאפריזן, און עמען מיידט טאקע אויס ווי א זב.

קאלירטע בעקישע: היינט גייען שוין אפילו אינגעלייט אין בלוי. זשי ענד זשי פארקויפט פארן אלעמען. פונקט פרעג איך אזא איינעם לעצטע וואך. שוין לאמיר נישט מקטרג זיין. ער זאגט, מיין ווייב האט עס ליב. פארשטייסטו, זיין ווייב. ולא תהא כהנת כפונדקת. הייבט אן מיט לייכט בלוי, און פון דארט איז א שפרונג מיט אפגרעיטן צו אמת'ע תכלת וארגמן. און אז דער אייבירשטער וועט העלפן איר וועט טון א שידוך הגון מיט אייער בת תלמיד חכם און אייער מחותן וועט גיין בלוי, מעגט איר דאך אויך באשיינען די שמחה מיט בגדי צבעונין. מ'וועט זאגן, דעם בעקישע האט ער הערשט אונגעטון צו חזקל שרגא'ס חתונה.

רוקן עטרה: ס'נישט בכדי שיעשו איצטערט. ס'איז ווי ארויסקומען מיט א קרוין איבערן קאפ און אויסשרייען אני אמלוך. פרעגן דעם רבי'ן איז אויך נישט קיין עסק. ער'ט עס אנקוקן כאילו איר זיכט התנשאות. ועוד חזון למועד. געדענקט אז תפסת מרובה לא תספת, און מ'דארף עפעס איבערלאזן אויף די ימי עמידה אויכעט.

בית מדרש: ראשית חכמה דארפט איר עפענען אן אייגן קרעמל. הרב ג' וועט קוקן מיט א בייז אויג טאמער איר'ט פראווענען רביסטיווע ביים אים אונטער די פיס. איר ווילט דאך אויך נישט זיין א רבי אין גלות. נאר די חכמה איז מיטן נאמען. איר ברויכט זיך קלייבן כאטש ווי אפאר ברילן. איינמאל איר וועלט זיך א נאמען קלעבט דאס צו אייך ווי א בייזע בלבול און איר קענט נישט איבערמאכן דעם קידוש.

צוויי מהלכים דערביי. איינס מיט ד', און דאס איז דער דרך המלך. אפשר נאך אייער מאמע'ס זיידע, יפיק רצון ד'לעשקוב. אדער נאכן עלטער פעטער זצ"ל אורח צדקה ד'מאליסקיר. ער'ט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק נעבעך. ס'כדאי צו טון להנציח זכרו, און ער'ט זיכער מיען און זיין א מליץ יושר ס'זאל זיין יאריך ימים על ממלכתו. דער ד' פארט זיך גוט מיט סקול באסעס. טאמער איר פלאנט צו האבן מוסדות, בין איך ממליץ אויפן ד'אייראפעיש שטעטל סטיל. ד'מאליסקיר אויסגעשמירט מיט שאטן אותיות אויף שולע באסעס איז כפתור ופרח.

איכא דרכא אחרינא, און מ'דארף עס נעמען אין באטראכט און שוקל זיין בכובד ראש. אייער פאטער לאורך ימים ושנים איז דאך א מחבר ספר, תומת ישרים, און ס'וועט אים שמעקן אז איר וועט טון לכבוד בית אבא. נאר ס'איז וויכטיג צו אונטערשטרייכן, אז איר'ט נישט זיין דער תומת ישרימער רבי. ס'נישט עפעס א שם לוואי וואס קלעבט. מ'עט שרייבן ר' מיכל רובין, און אונטער דעם, רב דביהמ"ד תומת ישרים בספעראו ברוק. אויף צו זיין א חפצא וועט מוזן ווערן באגלייט א באזונדערע קוואליפיקאציע. א נואם בחסד, מחנך הדגול, ידען נפלא, ספרא וסייפא, וכדומה. און דאס איז אלעס אחוץ זיין א רבי.

שושלתא קדישתא: הביטו אל מקור חצבתם. אויף אייער אבות למעלה בקודש קען מען ליינען דעם פסוק, דדיה ירווך בכל עת. איר דארפט זען צו אנהאלטן דעם קשר מיט די הייליגע גזע. די מנהגים הקדושים, פארציילן מעשיות, תולדות'ער. מאכט א נסיעה צו די מקומות הקדושים יעדע פאר יאר. ס'נישט וויכטיג ווי א גרויסע מסע המלכות ס'טומלט זיך. איר זענט דאך נישט קיין בעיבי וועלכע זוכט אטענשאן. אבער ס'זאלן עפעס מענטשן. א מנין לכל הפחות. מיט א ספר, אויב מעגליך. דער עיקר אז דער עליה לציון זאל זיין אן ערנסטער עת רצון. מאך נישט בכיות, בערטשע נישט, פארפיר נישט, אדער מ'עט ארום שיקן קליפס, די לצים. נאר רעדן אפאר דברי כבושין און אויסזאגן כאטש איין מאל תהילים. השתטחות בפישוט, אויך נאר מיט א מאס. אז מ'טרייבט איבער איז ווידער לצנות.

רביצין: אשת חיל מי ימצא. א רביצין מיט אויערינגלעך איז א נכס אשר לא יסולא בפז. די וועלט זאגט: הונטער יעדע מוצלח'דיגער מאן, זיצט א פארביטערטע פרוי. נאר וואס, זי זאל באקן קוגלן און איר וועט אוכל'ן יומי דפגרא'ס. הערט מיר אויס א מינוט. זי קומט פון א בעלעבאטישע שטוב. מיט גענוג פלעגונג וועט זי אריינוואקסן אין די ראלע. שיק ילתא'ן כוס של ברכה. פראווע א סעודת הילולא כ"ג חשון פאר'ן עלטער שווער. הזורעים בדמעה, יא.

שטוב מענטשן: זעט למען השם אפאר בטלנים זאלן זיך דרייען ביי אייך. מוז נישט זיין אין הויז גופא. נאר ביי יעדע צעראמאניע זאלן זיין אנוועזנד, מזוזה קלאפן, מוצאי שבת צו ויתן לך, א סעודהלע וכו. איר ווייסט דען נישט וואס שטוב מענטשן קענען אלס נאכדערציילן.


מקורבים: נישט צו פארטוישן מיט שטוב מענטשן. שטוב מענטשן זענען בעצם שטיקל נעבעכס. איר גיבט זיי חיזוק, און זיי שעפען חיות פונעם הויף. זייער גאנצע וועזן איז ארום מאליסקיר. מקורבים זענען מענטשן מיט זעלבסטווירדע מיט וועמען איר האסט א ידידות. א מקורב באגלייט אייך אהיים פון שול און שמועסט איבער עובדות אדער א פלא'דיגער ספרונו די וואך. א שטוב מענטש דאוונט תמיד ביי אייך אין ביהמ"ד. א מקורב נאר ווען ס'מאכט זיך א שמחה אדער ער איז דא פארן זומער. א מקורב וואגט זיך צן פרעגן זאכן וואס ביי סתם מענטשן וואלט עס געהייסן חוצפה.

נדבנים: קניפט אן א שייכות מיט די מאדערנע אידן אוהדים לבית מאליסקיר. שלח לחמך. מיר ווייסן דאך ווי גלאטער די מארדע אלס געשוואלנער די קאנטע. רופט זיי אויף א יום טוב אדער גלאט אזוי צו גאסט. די אויבערפלעכליכע כיבודים ווי מזרח און שלישי און תחילה לשריים זענען נישט אויף אוועקצומאכן. אבער דער עיקר ווייזט ארויס אז איר שעצט זייער אינטעלעקט. פארבעט זיי זינגן א ניגון פון דערהיים, אדער פארציילן וויאזוי ס'צוגעגאנגען ביים זיידן. ווער ווייסט וויפיל פון זיינע חבירים וועלן באשטייערן ביי די לאס אנזשעלעס פארטי.

_________________________________

פנימיות:

דביקות בצדיקים: די משנה אין אבות זאגט, עשה לך רב. מ'קען לערנען צוויי משמעות'ן. איינס, מאך זיך פאר א רבי. און צוויי פשוטו כמשמעו, האט א רבי'ן. די משנה לאזט אונז הערן אז הא בהא תליא. אז מ'וויל ווערן א רבי, דארף מען קודם האבן איינס. מ'מוז האבן איינעם פון וועמען מ'האט מקבל געווען. וואו האט ער זיך געווייקט? פון וועלכע חדר איז ער? זענען שאלות וואס דער עולם גייט פרעגן זה לזה, און מ'דארף האבן די תשובה גרייט. דע מה שתשיב.

בינותי בספרים: נעם זיך איינס אדער מערערע ספרים אין וואס איר שפירט א טעם, און זייט מעיין דערין שטענדיג. ס'זאל הייסן איר קאכט זיך אין די ספרים. געווענטליך, חסידישע ספרים איז מערסטנס פאסיג. פון די פריערדיגע תלמידי בעל שם. דער תולדות, דגל, אדער נועם אלימלך. אבער ס'מעג זיין אפילו רמב"ן אדער רבינו בחיי. עפעס וואס מ'קען אנצייגן אז אייער שורש נשמה האט א שייכות מיט די תורה פונעם יענעם צדיק.

מרגלא בפומיה: האט תמיד גרייט אויפן צונג ווערטלעך, תורהלעך, שארפע פתגמים. אביסל אייגנס, מיט וואס מ'קען זיך אידענטיפיצירן, און נאכזאגן איז אויך נישט קיין חסרון. מ'דארף נאר וויסן דבר דבור על אופניו און נישט זיין קיין זורע אל הקוצים. פאר א בחור'ל זאגט א שאפראנער ווארט "שגור" בפיו. פאר א בר הכי א תניא, און אויב דער שטח איז קלאר, עפעס פון ספר המידות.

תנועה'לע: יעדער רבי ווערט זיין פדיון זינגט זיך אונטער א תנועה'לע. א שלום תנועה, א שובבים תורה תנועה. איר דארפט זיך טרעפן איינס א הארציגס. ס'דא היינט אויף צו קויפן, און אז נישט, לייזט אויס איינס פונעם פאסטוך. דער עיקר אז מ'ברומט זיך ביי געוויסע מעמדים, און נישט סתם אויף א וואכן טאג אדער איבער א הארבן תוספות. טרעפט אייך א מקום להתגדר בו, למשל ביי מים שלנו שעפן, אדער לולב בינדן.

טעם כמוס: שטעלט אייך אוועק אז יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. וועלט אייך אויס איין מצוה, און טו דערביי עפעס קוריאז. אבער זאגט פאר קיינעם אויס דעם אמת'ן טעם. פאר איינעם זאג אזוי, פאר א צווייטן אזי, ביז דער עולם וועט אנהויבן כאפן אז דער אמת'ן טעם איז ליבא לפומא לא גלי.

מענין לענין: ענדליך איז כדאי צו האבן אן ענין אין עפעס וואס, אבער דוקא יא אויסזאגן דעם טעם. און נישט נאר אז מ'פרעגט. נאר אומגעפרעגטערהייט את פתח לו. זאגט הויך בפני קהל ועדה. ביותר צריך הכתוב לזהר ווען ס'דא א שיינער איד אנוועזנד. זיי מסביר פארוואס אזוי איז מער אויסגעהאלטן עפ"י הלכה אדער קבלה. יעדעס מאל עקסטער נאכאמאל. בכל יום יהיו בעינך כחדשים.

גדור פרצות: ס'שטייט הוכח תוכיח. א רב דארף קענען זאגן מוסר, און מ'דארף מקבל זיין. אבער פונקט ווי אלע מרגליא בפומך, דארפט איר זיך אידענטיפיצירן מיט איין מכשול. האק אויף איין זאך. נישט אויף פרצות הדור ווי סמארטפאונס אדער שייטלן. דאס לאזט איבער פאר גדולי ומאורי דורינו שליט"א. נאר עפעס וואס דער עולם איז נישט נזהר דערין פשוט מחמת חסרון ידיעה. למשל, אז מ'דארף זיך וואשן די הענט נאכן פוצן די אויער. אדער שבת אז ממש אסור צו רעדן פאליטיק.

חברותא: ס'פעלט זיך באמת אויס צוויי סארטן. איינער א שטארקער למדן, מ'זאל קענען זאגן "ער פלעגט דאך לערנען מיט הרב רויזנשטיין בחברותא שיעור עיון". און א צווייטער א בעל הבית א יודע ספר, היפשע פאר יאר יונגער, און אן ערנסטער אנהענגער. ס'קומט צוניץ ער זאל דערציילן עובדות יארן שפעטער.

תקנת ביהמ"ד: די אנשי כנסת הגדולה זאגן, ועשו סייג לתורה. א ביהמ"ד אנע תקנות איז ווי א קובץ אן קיין דעקל. די מתפללים דארפן שפירן אז יש מנהיג לבירה, ווייל אז נישט איז איש כל הישר בעיניו יעשה. דער רבי, מדין בעל הבית, האט דער סמכות צו מאכן תקנות. מ'דארף אבער נוצן שכל, און זיין מעורב בין הבריות. נישט קיין חכמה צו לאזן נאר קעיק ביי א קידוש, אדער שושקען כסדר ביים דאווענען. איר דארפט זיין שעפעריש אין אויפקומען מיט חידושים. למשל, קינדער העכער דריי מעגן נישט קומען שבת אין שול מיט קורצע הויזעלעך. ס'נישט קיין כבוד פאר א מקום קדוש. איר קענט שטעלן גבאים דערויף וועלכע זאלן דאס אינפארסירן, בדרכי נועם פארשטייט זיך. מבייש זיין א איד איז פיל הארבער.

ואני תפילה אז איר זאלט מצליח זיין אין דאס רבנות, לתפארת בית אביך, ולתפארת כל בית ישראל. און געדענקט! מיר זענען נאך געווען ידידים פאר איר זענט גרויס געווארן.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר