אין סומכין על הציונים, אויסער זיי צו בלעימען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

אין סומכין על הציונים, אויסער זיי צו בלעימען

שליחה דורך נח בער »

איך קום יעצט פון א רבי'ס טיש, האט איינער דארט געטומלט אז די רשעים, די ציונים, האבן אפגעשפארט דעם ציון.

איך זאג דעם איד: איך האב פאר דיר נייעס, דער ציון איז יעצט אפן. אבער ביסט גערעכט אז זיי זענען רשעים, זיי זענען רשעים פאר'ן ארויפלאזן אזויפיל מענטשן אויף אזא קליינעם שטח אן קיין שום שכל'דיגער און מענטשליכער סיסטעם, ווי ס'וואלט זיך געפאסט פאר אן אזויגערופענעם פארגעשריטענעם מערב-וועלט לאנד. זיי זענען טיפשים פאר'ן פארמאכן דעם וועג ארויס, כדי אפצוהאלטן נאך מענטשן פון גיין אריין, אבער מער פון אלעם זענען זיי רשעים פאר'ן צולאזן אזא הפקרות.

עס קומען פאר "סטעמפידס" יאר-יערליך אין להבדיל אלף אלפי הבדלות מעקא, און אנדערע ענליכע פלעצער. דארט רעדט מען פון פופציג פגרים קעגן מיליאנען לעבעדיגע מענטשן. זיי מאכן די נויטיגע אראנזשירונגען צו קענען אקאמאדירן אזויפיל מענטשן, אבער ווען אזויפיל מענטשן קומען זיך צוזאם אויף איין ארט איז אוממעגליך צו פארמיידן טראגעדיעס. דא איז געווען די זעלבע צאל הרוגים, רח"ל, קעגן בלויז צען פראצענט פון די מענטשן.

דער איד טענה'ט זיך מיט מיר, "איך פאר שוין קיין מירון צען יאר און אלעמאל זענען דא פונקט אזויפיל מענטשן, אבער קיינמאל זענען נישטא קיין הרוגים. איז דאך א ראי' אז מען דארף נישט מורא האבן."

איך פרעג אים, וואס איז מיט'ן אין סומכין על הנס? ענטפערט ער מיר "כדאי רבי שמעון לסמוך עליו."

יא אמת, איך ווייס אז די גמרא זאגט כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, אבער נאר בשעת הדחק, נישט גיין און עס מאכן א לכתחילה, נעמען הונדערטער טויזנטער אידן און זיי אריינשטופן אין א קליינטשיגן שטח, אן קיינע מענטשליכע באדינגונגען.

די ציונים, די רשעים, וואלטן קיינמאל נישט צוגעלאזט אזוינס אין להבדיל זייערע סטאדיומס, אבער ווען ס'רעדט זיך פון חרדי'שע אידן קימערן זיי זיך ווייניג.

מיט אזא מענטאליטעט קען מען ערווארטן אז ביז א חודש-צוויי ארום וועט מען פארגעסן די לעקציע און שרייען "רשעים" אויף די וואס ווילן עפעס אויפטאן, אז מען זאל קענען פראווען די גרויסע הילולא מיט זיכערקייט.

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר