די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

די שרעקליכע מירון טראגעדיע מאָנט פון מיר

שליחה דורך העניך »

די שרעקליכע טראגעדיעס אין מירון צעשאקלט יעדעס אידיש הארץ, כי כל לבב דוי וכל ראש לחלי. די געפילן רוישן מיט צער און ווייטאג, און גלייכצייטיג אויפברויז אויף יעדן און אלעמען איבער ווער עס האט גורם געווען אדער געקענט מונע זיין די שוידערליכע טראגעדיעס.

און גאנץ זיכער וועט דאס ווייטאג נאך ווערן טיפער און ציפעדיגער און די קומענדיגע שעות ווען עס וועלן ארויסקומען די נעמען פון די אומגעקומענע, און מ'וועט זען די הייליגע פנימ'ער פון אידישע קינדער וואס זענען אומגעקומען ביים ציון פון ר' שמעון, און איבערגעלאזט זייערע משפחות אין א שרעקליכער אבילות.

אין דער זאווערוכע פון צער און אויפברויז לויפן די מחשבות נאטירליך צו באשולדיגן דעם און יענעם, און איך האב אויך מיינע טעאריעס און שפעקולאציעס. אבער ווי יעדער ערליכער איד וועט אייך זאגן, איז לעכערליך צו טרעפן טעמים אין טראגעדיעס וואס מיינען א צווייטן אויסער זיך. אנלייגן פירצות אלס דער גורם, זאכן וואס זענען פערצופאל דיר אליין נישט נוגע. אנלייגן די סיבה פון דער שרעקליכער געשעעניש אויף החלטות פון מענטשן וואס האבן גארנישט מיט דיר. כי לא מחכמה ענית על זה.

אין אזא שרעקליכער זמן דארף יעדער זיך מתבונן זיין אין זיך אליין, און טרעפן זיינע אייגענע פלעקן, די אייגענע ענינים הצריכים תיקון, און פרובירן צו ארבעטן אויף זיך און זיך פארבעסערן. דאס איז נישט נאר עפעס א מיסטישער ענין, נאר ווען מ'זעט אזא אוואלאנזש פון טויט, צענדליגער און צענדליגער אחינו בני ישראל, דארף דאס צעטרייסלען דעם מענטש עד עמקי נשמתו, בפרט ווען דאס קומט נאך א יאר פון הונדערטער קאוויד טויטע ר"ל. אין דער מגיפה האבן מיר פארלוירן אלטע, אין מירון יונגע - בחורים, זקנים עם נערים. אוי מה היה לנו.

אזעלכע שרעקליכע צייטן דארפן ברענגען א העכערע הכרה אויף לעבן, אויף הנשמה שנתת בי, און זיך ארויסציען פון דעם טאג-טעגליכן געיעג נאך געוואוינהייטן, און פרובירן צו ארבעטן אויף זיך אליין. זיך פארבעסערן, און געבן פאר'ן לעבן וואס זי איז ווערד.

א מאמר החכם איז פאראן, יעדע זאך איז ווערד אזויפיל ווי מ'וויל אינוועסטירן דערין. וויפיל איז ווערד דיין לעבן? אזויפיל ווי דו ווילסט אינוועסטירן דערין. איז יעצט א צייט ווען א מענטש דארף זיך מתבונן זיין, אריינקוקן אין די שויבן פון זיין נשמה, און אביסעלע אריינקריכן און וואשן די פארשווארצטע פלעקן.

עס איז קיין ספק נישט אז איך האב וואס צו פארבעסערן. איך דארף מען ארבעטן אויף דן זיין לכף זכות. ניין, כ'דארף נישט אוועקטרייבן מיין קול מהר חורב וואס שרייט און ווארנט אז דאס און דאס איז אן אומרעכט. איך דארף דאס וויסן און איך דארף דאס אויסשרייען. אבער כ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן אז די וואס ווערן יא נכשל זענען נישט מענטשן מיט איין דימענסיע; זייער לעבן איז ברייט און קאמפליצירט, און מ'טאר נישט דן זיין בלויז לפי די מעשים וועלכע מ'זעט דא און דארט.

כ'דארף ארבעטן אויף מיין עגאאיזם. איך טראכט צופיל פון מיין אימעדזש און דעם בליק וואס איז געב איבער מיר פאר אנדערע. בשעת איך שרייב דא קוק איך איבער מיינע ווערטער, כ'בין מגיה, און כ'פערפעקט די שורות און פאראגראפן. איז דאס אז די לייענער זאלן בעסער קענען לייענען, אדער איז דאס בעיקר אז דער לייענער זאל לויבן העניך'ס שרייבן-קוואליפיקאציעס? ס'איז דאס צווייטע, כ'בין מודה. כ'וועל בל"נ נישט איבערקוקן דעם דאזיגן מאמר, נאר שיקן כמו שהוא, און זאל מען זען מיינע טעותים און אומקלארע געדאנקען.

כ'דארף ארבעטן אויף געבן מער פאר מיין ווייב און קינדער, זיין פאר זיי און שענקען פון מיין צייט און מיין ליבשאפט.

עס זענען דא נאך זאכן וואס קומען מיר אויף אין געדאנק אין די דאזיגע מאמענטן, טייל שעם איך זיך ארויסצושרייבן דא ברבים, און טייל זענען גאר ליבא לפומא לא גלי. זאל השי"ת מנחם זיין די צעבראכענע אבלים, זאל ער שיקן א גאנצע רפואה פאר די געשעדיגטע, און זאלן מיר אלע זוכה זיין זיך צו פארבעסערן מיט אונזערע פעלערן.

ולא ישמע עוד שוד ושבר, ונזכה לשמחת עולם.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר