פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

הודעהדורך סעגאל » פרייטאג אפריל 30, 2021 5:36 pm

שטייענדיג אונטערן רושם פינעם נעכטיגן טאג וועל איך פראבירן אפשרייבן וואס איז געווען ביי אונז, איך ווייס עס איז דא אסאך דא וואס האלטן אנדערש, איך וועל שרייבן וואס איך האלט.

מיר זענען א חבורה וואס האלט זיך שטארק צוזאמען, מיר פלעגן כמעט יערליך פארן קיין מירון. פאריאר איז דאך נישט מעגליך געווען צו פארן. אפילו דא איז נישט מעגליך געווען צו פראווען. די יאר האבן מיר געפלאנט צו פראווען ביי אונז אין שטיבל. נעכטן נאכט דארף איך נישט זאגן אז קיינער איז נישט געווען אין די גיסטע צו טאנצן. נאכן זאגן תהלים לרפואת אלע געשעדיגטע האט מען גערעדט אז אפשר פאסט נישט צו טאנצן די יאר. עס האט אויסגעזען אז מען וועט שוין אהיימגיין פאר די נאכט. און דאן האב איך מיר דערמאנט א מעשה.

*****

מזל טוב, די שמחה איז גרויס! מען האט א שידוך געטון. מען באשטימט א יום החופה. די גאנצע משפחה גרייט זיך, און דאן האט עס פאסירט..

עס קומט די נייעס אז דער טאטע איז שרעקליך קראנק. די חתונה ווערט אפגעשטופט ווייל די מאמע איז א גאנצן טאג אין שפיטאל. ענדליך ווערט ער בעסער. מען באשטימט א פרישע יום החופה. ענדליך קומט דער טאג שוין אן. אבער אויפן וועג צו גיין צום חתן צו בענטשן און צו טראגן צום חתונה, האט א קאר אריינגעהאקט אינעם טאטן. ווען הצלה איז אנגעקומען איז שוין נישט געווען וואס צו טון.

האט מיר דער חתן געזאגט נאך דעם, דו וועסט מיר אנקוקן מאדנע אבער איינס פין די זאכן וואס האבן די מערסטע געשטערט איז אז קיינער כמעט האט נישט געוואלט טאנצן, איך פארשטיי אז זיי זענען טרויעריג, איך בין אויך געווען. די תורה זאגט אבער אז איך דארף זיין פרייליך און אז איך דארף פרייליך מאכן מיין כלה, שטיי נישט ביי מיין חתונה און וויין! טריי מיך כאטש צו מאכן פרייליך.

****

היינט איז די חתונה פון רשב"י (יומא דהילולא). עס איז טאקע געשען א שרעקליכע זאך אבער צושטער מיר נישט מיין חתונה.
וועגן דעם האב עכ"פ פראבירט צו טאנצן.
סעגאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג אפריל 30, 2021 6:20 pm

איך וואלט ארויסגעגאנגען פון זאל וויינען אינדרויסן.

און אויב דו האסט טאקע געטאנצן ווייל האסט געשפירט אז דאס איז ר' שמעון'ס חתונה, שיק איך דיר שוין א קוויטל אין אישי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מפיל קינד אום פרייטאג אפריל 30, 2021 6:23 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אפריל 30, 2021 6:22 pm

אז דער חתן גייט אהיים איז נישטא קיין חתונה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3304
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג אפריל 30, 2021 6:24 pm

א דאנק פאר'ן מיטטיילן דיינע הרגשים.

אבער איך קען בכלל נישט רילעיטן צו וואס דו שרייבסט. שמחה קען מען נישט באשטעלן ווייל עס שטייט אין א ספר אז מ'דארף זיין בשמחה. ווען ס'געשעט א טראגעדיע טאר מען נישט אויסרייסן דעם פשוט'ן מענטשליכן געפיל צו טרויערן. מ'פארלירט דעם קאנעקשן צו די יסודות וואס מאכן אונז פאר מענטשן.

דער משל מיט דער חתונה פארשטיי איך נישט. מ'דארף אפשטופן א חתונה ווען ס'געשעט א טראגעדיע אין דער משפחה, און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי. די איינציגסטע סיבה פארוואס איינער זאל פראווען א חתונה אין צייט פון טראגעדיע איז צוליב אמונות טפילות אז מ'טאר נישט אפשטופן א חתונה. אבער סתם, ווייל דער אפרוח וועלכער רופט זיך חתן מוז היינט חתונה האבן - גיי וויין און לאז דיין חתונה אויף בעסערע צייטן. און אז דו גלייבסט אז מ'טאר חלילה נישט אפשטופן, נו, מאך א חתונה ווייל האסט מורא אפצושטופן, אבער ערווארטן אז מ'זאל טאנצן און זיין בשמחה? ביסט פון קאפ געפאלן?

ווי איז שייך צו טאנצן לכבוד ר' שמעון ווען אידיש בלוט גיסט זיך אין חצר פון ר' שמעון? וואו זענען די מענטשליכע געפילן? האט מען פון זיך אויסגעריסן יעדעס ביסל קשר מיט דעם אייגענעם נפש?
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3132 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג אפריל 30, 2021 6:34 pm

העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג אפריל 30, 2021 6:45 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20210430-WA0193~2.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1171
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך real fake news » פרייטאג אפריל 30, 2021 6:55 pm

און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג אפריל 30, 2021 7:03 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.

זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער א חתן וואס ערווארט אז מ'זאל אים משמח זיין אין דעם טאג וואס זיין אייגענער טאטע איז געשטארבן איז אויסגעשאלטערט פון יעדן זיק אנושיות, און איז נאך א קליינער בעיבי וואס איז נישט ראוי צו חתונה האבן. אדער זאל ער אפשטופן די חתונה, אדער זאל ער מקדש זיין די פרוי, און מאכן א גרויסע סעודה נאך די שלושים.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3132 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג אפריל 30, 2021 7:05 pm

real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטליכע יאר אלט, אבער האבן געמוזט אנגיין טויט אדער רויט. אין פאל פון באבוב-45 איז דער גאנצער הדלקה מנהג ליטערעלי עטליכע טעג אלט, אבער האט חלילה נישט געטארט אפגעשטעלט ווערן ווייל דער רבי האט זיך שוין געזען מיט'ן פאקל אין דער האנט.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3132 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג אפריל 30, 2021 7:06 pm

500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך אנטוישטער יונגערמאן » פרייטאג אפריל 30, 2021 7:07 pm

real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.


דער חתם סופר איז געווען קעגן די פייערונג אין מירון
אנטוישטער יונגערמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג מאי 02, 2021 1:28 am

ס'איז טראגי-קאמיש אז פונקט באבוב 45 און סקווירא, וואס האבן נישט געקענט אויפגעבן דעם הייליגן פייער בשעת עס גיסט זיך אידיש בלוט פון 45 קרבנות, האבן ביידע געקענט מבטל זיין די שושן פורים טישן פאר 15 יאר צוריק ווען בנציון דאננער איז אוועק...
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מאי 02, 2021 1:35 am

מפיל קינד האט געשריבן:500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...


די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

דער מנהג איז זייער אלט 400-500 יאר.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%90%D7%99
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3304
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 117 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג מאי 02, 2021 1:44 am

העניך האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:און לאמיר נישט פארגעסן אז מרעדט נישט דא פון פורים אדער שמחת תורה (אדער סתם א יו״ט) וואס איז באשטימט געווארן אלץ ימי שמחה.
מרעדט דא פון א יו״ט וואס איז נישט מער ווי 500 יאר אלט און סהאט קוים עפעס שוואכע מקורות, אבער סווערט הייליגער ווי גאנץ יידישקייט.

און רעד פון די הדלקות אליין וואס זענען קוים עטליכע יאר אלט, אבער האבן געמוזט אנגיין טויט אדער רויט. אין פאל פון באבוב-45 איז דער גאנצער הדלקה מנהג ליטערעלי עטליכע טעג אלט, אבער האט חלילה נישט געטארט אפגעשטעלט ווערן ווייל דער רבי האט זיך שוין געזען מיט'ן פאקל אין דער האנט.

האבן זיי געטאנצן מיט מוזיק?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2758
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4358 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2882 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » זונטאג מאי 02, 2021 1:47 am

ליידער יא.
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

הודעהדורך אונטער חכם » זונטאג מאי 02, 2021 2:57 am

חתם סופר האט געשריבן:.
ווער איז דער אא''ז?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 633 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 02, 2021 5:54 am

מפיל קינד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:און א חתן וואס האלט אז מ'דארף אים משמח זיין אין אזא צייט איז א סעלפישער און קאלטבלוטיגער בעיבי.

ביטע זיי נישט אזוי שארף. מען האט נאר חתונה איינמאל אין לעבן, און א חתן מעג וועלן אז מ'זאל אים נישט באוויינען זיין חתונה.

ביי אונ אין די משפחה איז געווען אן ענליכער מצב. מיין פעטער (דער זיידע פון די כלה) איז ל"ע אוועק אין טאג פון די חופה פון זיין אייניקל. און די רבנים האבן געפסקנ'ט אז די גאנצע חתונה, אריינגערעכנט די חופה זאלל אנגיין אומגעשטערט. נאכדעם האטציך די מאמע פו די כלה געזעצט שבעה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16600 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9462 מאל

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » זונטאג מאי 02, 2021 9:55 am

א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 364
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך ישעיה » זונטאג מאי 02, 2021 11:20 am

אונטער חכם האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:.
ווער איז דער אא''ז?

פון וויקיפידיע
רבי דוד אביו של ר' יוחנן מרחמסטריווקא (ה'תרל"ב 1872 - י"ג בתמוז ה'תשי"א 1951). נישא לשפרה, בת רבי אברהם יהושע העשיל טברסקי מסקווירא. סגנון הנהגתו היה עממי. נטמן בבית הקברות סנהדריה בירושלים.
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך real fake news » זונטאג מאי 02, 2021 11:37 am

אישתישבי האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:500 יאר אלט?

אין ארץ ישראל איז די יו"ט אפשר 150 יאר אלט. אין מאראקא און טוניזיע איז עס שוין געווען א יו"ט 500 יאר צוריק. זיי האבן אנגעהויבן די מצב אין מירון אויך.

אין די חסידישע מקומות אין אייראפע איז עס געווען אן ערנסטע טאג, אן קיין ריקודים ומחולות. רבי'ס האבן געפירט ווארימע ערנסטע טישן און מ'האט מתפלל געווען. (אלע ניגוני ל"ג בעומר פון חסידישע חצרות פון אייראפע זענען ווארימע ניגונים נישט לעבעדיגע, והלא דבר הוא).

די גאנצע שמחה אין מירון וואס איז היינט דא האבן געציילטע אשכנזים אנגעהויבן. אדמור"י רוזין האבן עס געהאט בקבלה און געציילטע אנשי ירושלים האבן דאס אנגעהויבן.

האדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל איז נישט געפארן קיין מירון ל"ג בעומר, ווי רוב אנדערע אדמורי"ם. תולדות אברהם יצחק פלעגט יא פארן מיט הרמ"א פריינד, און נאך זיין פטירה האט ער אנגעהויבן צו צינדן במקומו על גג המערה.

בערך תש"ס האט תולדות אהרן אויך אנגעהויבן צו פארן און ביז א יאר-צוויי האט זיך אנגעהויבן זיין הדלקה. און צוביסלעך האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצרות החסידים.

שפעטער האט זיך עס אריבערגעכאפט קיין מאנראו, און פון דארט קיין סקווירא, באבוב 45, און היינט אויב איינער טאנצט נישט נאך אזא טראגעדיע צושטערט שוין חתונות...


די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

דער מנהג איז זייער אלט 400-500 יאר.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%90%D7%99

דאס אז גאנץ כלל ישראל פייערט לג בעומר איז אפשר הונדערט יאר אלט,
500 יאר צוריק איז מסתם געווען 20 מענטשן אין מירון און אלע זענען געווען מקובלים.
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 82 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג מאי 02, 2021 12:06 pm

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3132 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג מאי 02, 2021 1:20 pm

אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 745 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3132 מאל

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » זונטאג מאי 02, 2021 3:06 pm

העניך האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א בפירושע גמרא און הלכה, מעבירן את המת מלפני הכלה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

דאס מיינט אז אויב ס'איז דא א חתונה אין שטאט און א לויה גייט דארפן דורכגיין די גאס וואו די חתונה קומט פאר, זאל מען נישט צעשטערן די חתונה נאר ארומגיין דורך אן אנדערן וועג. דאס האט זערא מיט א זמן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין טרויער נאך א שרעקליכע טראגעדיע וואס מ'האט כמעט נישט געהערט אזוינס אין שלום-צייטן פאר הונדערטער יארן, אז מ'זאל נישט קענען אפשטעלן א "מנהג" וואס איז קוים געבוירן געווארן, און דארף צו זיין א קשר מיט אותו מקום ווי די שרעקליכע טראגעדיע איז פארגעקומען.
ניין, עס מיינט אז אויב די כלה׳ס טאטע/מאמע איז אוועק שטופט מען אפ די לווי׳ כדי נישט צושטערן די שמחה, עיין שם בגמרא ומפרשיו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 364
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

Re: פארוואס איך בין יא געטאנצען ל"ג בעמר תשפ"א.

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » זונטאג מאי 02, 2021 3:29 pm

העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.
און וואס אמז מיט די מג"א וואס מהר"א האט אראפגעברענגט וועגן מבטל זיין שמחה בל"ג בעומר?, אפשר האבן די אנדערע נישט געוויסט/געדענקט דעם מג"א?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 364
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

הודעהדורך פארווע חסיד » זונטאג מאי 02, 2021 3:32 pm

העניך האט געשריבן:אגב, ס'איז כדאי זיך צו מתבונן זיין אין דעם פרט: די אדמו"רים וואס פירן נאר טישן אום ל"ג בעומר האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז נישט קיין צייט פאר מוזיק און פייערונגען און האבן אלעס מבטל געווען. אבער די אדמו"רים וועלכע האבן זייער איין-מאל-א-יאריגע איווענט פון מאכן א הדלקה האבן זיך נישט געקענט ברענגען דאס איינצוזען. ודו"ק.

ברוך שכיוונתי
זייער א ריכטיגע נקודה.
פארווע חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 2:01 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron