פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

פארוואס איך בין יא געטאנצן ל"ג בעומר תשפ"א

שליחה דורך סעגאל »

שטייענדיג אונטערן רושם פינעם נעכטיגן טאג וועל איך פראבירן אפשרייבן וואס איז געווען ביי אונז, איך ווייס עס איז דא אסאך דא וואס האלטן אנדערש, איך וועל שרייבן וואס איך האלט.

מיר זענען א חבורה וואס האלט זיך שטארק צוזאמען, מיר פלעגן כמעט יערליך פארן קיין מירון. פאריאר איז דאך נישט מעגליך געווען צו פארן. אפילו דא איז נישט מעגליך געווען צו פראווען. די יאר האבן מיר געפלאנט צו פראווען ביי אונז אין שטיבל. נעכטן נאכט דארף איך נישט זאגן אז קיינער איז נישט געווען אין די גיסטע צו טאנצן. נאכן זאגן תהלים לרפואת אלע געשעדיגטע האט מען גערעדט אז אפשר פאסט נישט צו טאנצן די יאר. עס האט אויסגעזען אז מען וועט שוין אהיימגיין פאר די נאכט. און דאן האב איך מיר דערמאנט א מעשה.

*****

מזל טוב, די שמחה איז גרויס! מען האט א שידוך געטון. מען באשטימט א יום החופה. די גאנצע משפחה גרייט זיך, און דאן האט עס פאסירט..

עס קומט די נייעס אז דער טאטע איז שרעקליך קראנק. די חתונה ווערט אפגעשטופט ווייל די מאמע איז א גאנצן טאג אין שפיטאל. ענדליך ווערט ער בעסער. מען באשטימט א פרישע יום החופה. ענדליך קומט דער טאג שוין אן. אבער אויפן וועג צו גיין צום חתן צו בענטשן און צו טראגן צום חתונה, האט א קאר אריינגעהאקט אינעם טאטן. ווען הצלה איז אנגעקומען איז שוין נישט געווען וואס צו טון.

האט מיר דער חתן געזאגט נאך דעם, דו וועסט מיר אנקוקן מאדנע אבער איינס פין די זאכן וואס האבן די מערסטע געשטערט איז אז קיינער כמעט האט נישט געוואלט טאנצן, איך פארשטיי אז זיי זענען טרויעריג, איך בין אויך געווען. די תורה זאגט אבער אז איך דארף זיין פרייליך און אז איך דארף פרייליך מאכן מיין כלה, שטיי נישט ביי מיין חתונה און וויין! טריי מיך כאטש צו מאכן פרייליך.

****

היינט איז די חתונה פון רשב"י (יומא דהילולא). עס איז טאקע געשען א שרעקליכע זאך אבער צושטער מיר נישט מיין חתונה.
וועגן דעם האב עכ"פ פראבירט צו טאנצן.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר