תולדות אהרן טראגט אן אחריות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

תולדות אהרן טראגט אן אחריות

שליחה דורך רימון »

מ'האט שוין צוזאמגעשאלטן די ציוניסטישע פאליציי וועלכע זענען יא אדער נישט שולדיג אין דער אטעמאפשטעלנדער טראגעדיע. מ'האט שוין באזינגען די פאליטישע שושקעס און חברי הכנסת וועלכע האבן פארמאכט אן אויג אויף די מירונ'ער מיסברויכן אדער גאר אינטערווענירט אוועקצונעמען סיי וועלכע באגרעניצונגען אויפ'ן ארט, דערווייל אבער האט מען איגנארירט דעם גרויסן עלעפאנט אין צימער: דאס איז קהלת תולדות אהרן!

תולדות אהרן טראגט אן אחריות! דאס איז זייער צוזאמקונפט געווען און זייער נאכט. שוין יארן וואס דאס פלאץ האט נישט קיין מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען און אלע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן להגדיל הפאמפע והטראסק בשעת וואס א סכנה איז געהאנגען אין דער לופטן.

ווי לאזט מען צו אזא שמאלע ארויסגאנג פאר א פלאץ וואו צענדליגער טויזנטער מענטשן קומען זיך צוזאם. חלילה וחס אויב ס'געשעט א שריפה, אדער א שיסעריי, אדער א באמבע, אדער סיי וועלכע בהלה, וואו דארפן די מענטשן צו לויפן?

עס פארשטייט יעדער די געוואלדיגע בענעפיט וואס תולדות אהרן האט פון אזא טראסק און וויפיל געלט און כבוד דאס ברענגט אריין, דאס קען אבער נישט גיין אויפ'ן חשבון פון שטעלן אין געפאר מענטשליכע לעבנס.

די נארישע פארשטינקענע חרדישע מידיע איז ביזי געווען צי תולדות אהרן רבי לאכט, צי תולדות אהרן רבי וויינט, צי ער איז אונטער די פארענטשע אדער העכער די פארענטשע, צי ער האלט א פאטשיילע אדער א טאשן טיכל. וואס א חילוק וואס ער טוט נאך אזא טראגעדיע, צי ער איז מעתיר בתפלה, אדער פאר'דביקות'ט אדער סתם אין פאניק און פארלוירן, אדער צעבראכן אז זיין שענסטע טיש אין יאר האט זיך געענדיגט מיט א דורכפאל. וואס א חילוק וואס ער טוט אדער טראכט, ער איז בכלל נישט קיין פאקטאר, פארוואס איז ער אין צענטער פון דער געשיכטע?

אויב שפילט ער א ראלע איז אז אדאנק זיין פארנאכלעסיגקייט האט פאסירט די סאמע ערגסטע ציווילע טראגעדיע וואס כלל ישראל געדענקט אין איר לעצטער היסטאריע, אויב שפילט ער א ראלע קען ער גיין גלות און זיך אנטון א שק ואפר פאר'ן גורם זיין בשוגג די הריגה פון 45 נפשות יקרות מישראל.

דער אשכול פארמאגט 113 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר