אני הוא ולא אחר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעיקספער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 11, 2016 9:11 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

אני הוא ולא אחר

שליחה דורך שעיקספער »

[justify]ווי שוואמען נאך א רעגן, פארמירן זיך טעאריעס נאך יעדן טראגעדיע למה עשה ה' ככה, פון ביבליקעל ליטעראטור ביז מיסטישע מסורות איז יעדער ביזי צו פארשטיין געבן, אז "טראץ מיר זענען נישט אין הימל" קען מען אפשר דאך זאגן פארוואס דאס האט פאסירט. פון די מער עקסטרים ווערסיעס וועט מען טרעפן אז וויבאלד רבי שמעון צערנט אויב מען קומט נישט צו זיין קבר, דאס טייטשט עד כדי מסירת נפש ממש, אפילו אינמיטן א ברענעדיגע מגיפה, האט רבי שמעון ערווארטעט לעצטער יאר, די יערליכע הונדערט טויזענט פייער טאנצערס. ביז צו די מער מילדערע ווערסיעס פון ואהבת לרעך כמוך, אז ג-ט טוט פעדערן אחדות און ליבשאפט פון זיין פאלק ישראל.

אלזא לאזט מיר טראכטן די מער פשוט'סטע טעאריע, אז ג-ט וויל אונז דערמאנען זיך אפצולאזן פון אמונות טפילות. קען דאס אפשר זיין דעם נאראטיוו וואס איז נישט יוצא מידי פשוטו? נישט אומזיסט האט אונז נישט הקב"ה צוגעוויזן די מקום הקבורה פון משה רבינו, ווייל מיר וואלטן געהאט די עפיסענטער פון אלע סגולות ישועות, און ג-ט האט נישט געוואלט אז מען זאל מאכן אן עבודה זרה פון א שוכן עפר, זאל דאס זיין אפילו די מקום הקבורה פון דער נותן התורה משה רבינו זצ"ל.

יארן וואס כלל ישראל פארט קיין מירון צו פראווענען ל"ג בעומר בהילולא דרבי שמעון, אבער וואס א יאר עס גייט פאריבער אלס גרעסער ווערט די יו"ט. ל"ג בעומר איז היינט צוטאגס פון די שלש רגלים בשנה יראה כל זכורך. אין א מעדזשיק וועלט ווי מענטש זוכן אינסטענט ישועות איז דער ציון הרשב"י געווארן די עפיסענטער פון ישועות ורפואות, אויב עמיצער האט נישט קיין קינד צוויי יאר נאך די חתונה דארף ער נישט מער ווי זיך איינהאנדלען אן אל-על טיקעט, און איז כמעט מובטח צו האבן א קינד איבערן יאר, אפגערעדט אויב ער זאגט צו א שמעון.

טויזענטער מענטשן ווערן אפשר געהאלפן אין מירון ל"ג בעומר, אבער טויזענטער מענטשן ווערן אויך אנטוישט ווען די יאר גייט אריבער און ער האט נישט געהאט קיין ישועה, דער מענטש שפירט זיך ווי א דורכפאל. יעדער דאנלאודט ישועות אין מירון און ער איז עפעס נישט מצליח.

ל"ג בעומר איז א שיינער פעסטיוועל, חרדישע אידן מוזן האבן א מקום ווי זיך אויסצוגעבן, עס איז געזונט און גוט צו האבן כשר'ע אינטערטענמעט ווען די רייזעס קיין ריבניצא און באפעלא קריכן שוין פון די נאז.

עס איז געזונט צו דאווענען צום בורא כל העולמים ביי א תל תלפיות שהכל פונים אליו, אבער עס איז וויכטיג צו געדענקען נישט צו ווערן משועבד און מחויב צו דעם. ווער האט דען נישט קיין חבר וואס "פירט זיך צו פארן יעדעס יאר צו רבי שמעונ'ען", ספעציעל ווען ער האט זיך אויסגענומען מיט רבי שמעון צו זיין ביי אים יעדעס יאר.

אפשר וויל אונז אונזער זיסע טאטע אין הימל דערמאנען: מיינע טייערע קינדער, עס איז זייער א שיינע זאך צו דאווענען ביי א קבר פון א צדיק, אבער איך בין דער פועל ישועות, צו מיר דארף מען דאווענען און קיינער אנדערש נישט, אני הוא ולא אחר. מען מעג פארן, אבער מען דארף נישט קיין מסירות נפש, ווייל דאס קען זיך גדר'ן מיט עבודה זרה.

איך וועל מסיים זיין מיט א מאמר פון הרב ישעיהו ליבוביץ, אויף דעם ענין פון גיין צו קברי צדיקים:

על זה כבר עמדו המפרשים חדשים גם ישנים, שהקדוש ברוך-הוא עשה לישראל חסד גדול בכך שהעלים מאתנו את קברו של משה-רבינו, שהרי אילו היה מקום קבורתו ידוע ומפורסם, אין ספק שהיה הופך מקום קדוש לאתר עלייה לרגל. כל אותה אלילות של פולחן הקברים הידוע מאז ימות עולם, מאז מצרים הקדומה ואתריה שנשתמרו עד עצם היום הזה, אמונה אלילית שדבקה כספחת גם בעולמה של היהדות, בהפיכתם הסיטונית של קברי צדיקים למקומות קדושים, היו מקבלות ממדים שאין לשערם, אילו אפשר היה להחילן על קבר משה. אנו יודעים על אישים מקראיים אחרים, שהפכו תקלה על ידי כך שהמציאו להם קברים, וכל זאת באמתלה של דתיות, כדי שאפשר יהיה לעלות אליהם בבחינת 'לדרוש אל המתים', דבר הנמנה בין מכלול איסורי התורה (דברים י"ח), הרואה בכל אלה משום תועבות הגויים שאין ללמוד ממעשיהם ומינהגיהם". תקלה זו היוצאת מתחת לידיהם של כאלה שלמעשה אינם מאמינים בה' אמונה טהורה, אלא הם בעלי נטייה להאמין בסגולות ואמונות תפלות וטפלות, אודות כוחם של מתים להשפיע ולגרום לשינויים במציאות הטבעית. זיוף אשר כזה אי אפשר לעשות לגבי משה-רבינו, והדבר נותר בגדר נמנע... זכה משה-רבינו אוהבם של ישראל, שלא חל בו אותו פיחות אשר חל על גדולי ישראל ו'קדושים' אחרים, שנעשו בעולמה של היהדות אובייקטים של גישה אלילית..[/justify]

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר