פאליציי האט פארמאכט. נו, איז וואס??

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

פאליציי האט פארמאכט. נו, איז וואס??

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ס'איז שוין דורך די ערשטע 50 שעה נאך די טראגעדיע, און די שקליא וטריא איז מער ווייניגער אריבער צו ווער און וואס ס'איז שולדיג דערין.
ווי מען שטייט און גייט, טוט זיך א טענה'ריי און קייעריי. אשכולות עפענען זיך, גאנצע בלעטער פון תגובות גיסן זיך. ביי אונז אין ק"ש, אויף איי וועלט.. און סיי ווי מען גייט נאר.
מצד אחד, זענען פארהאן די וואס טענה'ן אז די פאליציי האט אפגעשפארט דעם ארויסגעגאנג און דערפאר האט עס פאסירט, און זיי ברענגען ראיות דערצו, פון מענטשן וואס זאגן אז זיי האבן עס געזעהן.
ומצד שני, זענען פארהאן די וואס טענה'ן אז אנגעהויבן האט זיך עס פון א גליטש וכדומה, און ערשט דאן איז די פאליציי געקומען מאכן סדר. זיי, ברענגען ראיות פון פילע די ווידעאויס, ווי אויף קיין איינס זעהט מען נישט קיין בעריקעיד וכדומה.

לענ"ד, פארט אבער די נושא גענצליך נישט אין די ריכטיגע ריכטונג, נניח אז די פאליציי האט טאקע אפגעשפארט , נניח אז די פאליציי האט אפגעשפארט אן קיין שום ריכטיגן חשבון, SO WHAT??? דערפאר מעג זיך שוין גיסן 45 טויטע??? אין וואס פארא וועלט לעבן מיר, אז די לעבנס פון צענדליגער מענטשן ווענט זיך אין איין פארשטיקענער בעריקעיד??

טראכט איינער אז אויב די פאליציי/הצלה/זק"א וואלטן עס אפגעשפארט צוליב א "ריכטיגע" סיבה (פארהאן פארוואונדעטע וואס מען דארף אויפהייבן/העלפן), וואלטן ווייניגער מענטשן געשטארבן??

דער מעין פראבלעם דא איז נישט, וואס האט למעשה "אנגעהויבן" דעם דאמינאוי. די שאלה דא איז, "פארוואס" האט "געקענט פאסירן" דעם דאמינאוי.

און לכאורה, האט עס צוטוהן מיט דער חרדי'שער אויפבראך.
דער חרדישער עולם (בפרט אין אר"י):
1. וועט זיך בשום אופן נישט בייגן פאר די דעת פון (נישט תורה'דיגע) עקספערטן אין סיי וואס פארא נושא (טראכט איינער אז אויב די פאליציי וואלט נישט אריינגעלאזט מער ווי כך וכך מענטשן ווייל ס'איז א סכנה, וואלט מען עס אפרישיעיטעד? נאצים! וואלט מען געשריגן..).
2. די תורה'דיגע אויטאריטעטן קימערן זיך גאנץ ווייניג מיט גשמיות'דיגע געברויכן (אויך מיר גשמיות... ונשמרתם?! עניוועיס..).

ווען די תורה אויטאריטעטן וואלטן דן געווען דערין, און געקומען צום החלטה אז די עקספערטן זענען נישט גערעכט, אדער אז זיי האבן בעסערע עצות זיך צו ספראווען דערמיט.. שוין... וואלטן מיר געקענט זיך טענה'ען ווער און וואס ס'איז גערעכט, אבער זיי טוהן אינגאנצן עפעס אנדערש, זיי איגנארירן! (וואס פונקטליך איז געטוהן געווארן זייט די מעשה פון רב וואזנערס לוויה??).

די צוויי נאטורן פון אלגעמיינעם חרדי, איז א פערפעקט רעסעפי פאר פארשידענע דיזעסטער'ס. אריינגערעכנט, רב וואזנער'ס לוויה, און מירון פ"א.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר