קול מבשר נעמט א שטעלונג אין פרשת מירון, בושה!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

קול מבשר נעמט א שטעלונג אין פרשת מירון, בושה!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

לויט קראנטע באריכטן האט קול מבשר נעכטן באריכטעט עפעס אזוי "דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל איז באזארגט איבער די פלענער פון די מדינת ישראל רעגירונג פאר מירון און ליכט פון די טראגעדיע, א צאל מדינת ישראל פיגורן האבן זיך געלאזט הערן מיט מיינוגן און שטעלונגן וואס מען דארף טוען דארט די קומענדע יארן, צווישן זיי א געוועזנע פאליציי הויפט וואס זאגט אז מען דארף אפשטעלן די הדלקות פאר פיר פינעף יאר ביז מען ארבעט אויס א פלאן אלעס זאל געטוען ווערן אויף א מסודר'דיגע וועג, אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דאס איז געווען א גזירה מן השמים און וועלן שטיין כצור חלמיש זיכער צו מאכן אז דאס הייליג פלאץ פאלט נישט אריין בידי זרים.

און איך שטיי און איך ציפ מיך, צומיינע אויערן הערן ריכטיג. ביסט אויפן קאפ געפאלען ?? וואספארא מינע גערעדאכטס איז דאס?? נאכאמאל לאמיר איבער חזרן ער זאגט "אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דאס איז געווען א גזירה מן השמים, און וועלן שטיין כצור חלמיש זיכער צו מאכן אז דאס הייליג פלאץ פאלט נישט אריין בידי זרים", דאס טייטש אזוי: סאיז נישטא קיין ריספאנסעביליטי, ווייל עס איז א גזירה מן השמים, אשר על כן בלייבט נאר איבער צו זיין באזארגט ווער עס האט דארט די חזקות און הקדשות אויף אלע לאטעס און פלאטעס פון שטיבעלעך און חרבות. 45 אידן זענען דערהארעגעט געווארן ווייל מירון איז בשלטון היימישע, און דער ווייסט שוין צו זאגן ווי פעסט אידן וועלן זיך האלטן עס זאל חלילה נישט ארויסגיין פון שלטון החרדים, נישט ווייניגער פעסט ווי א צור החלמיש, א פעלזן שטיין! טויט אדער רויט, בלוט אדער קרויט, אלעס איז איין זאך, דער קען נישט ארויסקוקן פון זיין שמאלע קוק ווינקעל אפילו פאר א מינוט. די מתים זענען נאך ווארעם מענטשן ליגן צומאזיקט און שפיטעלער אבער דער אומפארשעמטער קול מבשר איז שוין פארנומען שטאפן דעם עולם גולם מיט א מלחמה אויף יעדע פארזוך איבערצומאכן די מקום מוכן לפרענות, בושה תכסה פנינו.

אז מען רעדט שוין יא, זה לעומת זה עשה הקב"ה דא האט איר א לינק וואס דער קארלינער האט געזאגט, פון די איינציגסטע נארמאלע ריספאנסעס

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר