אונטערן חופה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

אונטערן חופה

שליחה דורך אמת45 »

אונטערן חופה,


שטיי איך און זעה,
געזיכטן פארשידענע,
לבוש אלע ערליי,
באַקן פארקנייטש,
און יונגערע פון זיי,

אלע שטייען ערנסט,
אויגן פארגלייזט,
צו חתן כלה געוואנדן,
עלטערן באגלייט,

מיינע ליפן געביסן,
א נאסקייט דערשטיקט,
א בליק פון טיפן,
איך שטיי און קוק,

וויפיל שטריכן פון לעבן,
דא אנוועזענד,
אין די טרער פון פארזאמלטע,
הונדערט אויג,


עלטערן אויך יונג געווען,
אמאליגע קינדער,
צום חופה געשפאנט,
צום חופה געפירט,
צו חופה געווארט,
פון חופה שפאצירט,

די גלאטע הויט,
גלאט געגליסט,
א צוקונמפט געגארט,
א טרוים אין די וויסט,

גאלד און ליבע,
קינדלען א שטוב,
נאכלויפן, בויען,
ערייכן ערפאלג,

די באבע באשיידן,
שטייט פונדערווייטן,
און זעהט פונדערנאנט,
געשיכטעס פון שמיטות,
שלעכטע ווי גוטע,
גיטין וקידושין,
שווערע מינוטן,
צרות און גליקן,
רינען אין טרערן,
רוישן געפיל,


א ווייבל ביים עק,
די אויגן באדעקט,
פון די מאסן אוועק,
א הארץ לאזט פריי,

פלאג און זארגן,
ביינאכט ביז מארגן,
קינדער געשווינד,
קינדער געזונט,
א קוואל צו ערנערן,
פראגעס ערקלערן,
נחת שווער,
א קרעכץ און מער,
מ'געט זיך א קער,
קוים צייט פאר א קלער,


די כלה'ס האנט, א ציכטיג מאמע דריקט,
ס'ערשטע קינד ביכורים, פון שטוב זי שיקט,
א יתומה פון די יוגנט איז זי דאמאלטס געווען,
אליינס ארויסגעטרעטן צום וועלט א פראבלעם,
איצטערט שוין באגלייט,
אָן א מוטער צו איר זייט,
וויפיל טוט איר וויי,
קיינמאל נישט געציילט,
וועט קיינמאל פארשטיין,


א טאטע מיט געברויכן,
ווי ביים אייגן חופה שטייט,
קוקט ארום, ארויף,
צום הימל גאר ווייט,
נדמה לו כהר, אזא שווערע וועג פארביי,
וויפיל דארף מען אריבער,
איזהו גיבור
צו שטיין דא אויפדערנאכט,
אויגן פארמאכט,


און איך אונטערן חופה,
בוזשעוועט געפילן,
פון געזיכטער איינגעצוימטע,
יעדע מיט א טרער,
דאס לעבן מאכט וויינען,
פון געבורט ביז אויפהער,
פארלאזט נישט קיינעם,
נישטא קיין אויסוועג,
טראגעדיעס, פראבלעמען, א שטענדיגע געיעג,
און ייאוש ווער רעדט, ווער שאצט נישטיגקייט,
א בחור ווער באגרייפט, א טעות, א ווילדקייט,
א יונגערמאן, צומישעניש, אפטייטש ווער פארשטייט,

דאס טיילן אלע גלייך,
קנייטשן אין צוגלייך,
יעדע א געשיכטע,
צו אויגן מאכן נאס,

א פרישן פארפאלקן,
אונטער חופה מען פירט,
דאס לעבן באנייען,
כל טוב אויסשטאפירט,
א וועג פארהוילן,
א פירהאנג פון פרייד,

מיר פרייען און וואונטשן,
שמייכלען און שפרינגען,
אויסגעפיצט, באצירט,
א מאָמענט צום פייערען,

עוד ישמע, מיר זינגען
ס'וועט גוט זיין, א ניגון,
מיר באגלייטן ענק ארויס,
גיי פייגעלע פליה,

און די געוויין פון לעבן,
פונעם צוקונפט און אמאל,
מיר שפירן אלע היינט,
כדת משה ישראל,
מי בּן שיח, הוא יברך,
די טרערן פליסט.






(געשריבן אונטערן איינדרוק פון א חופה היינט נאכט)
רעאגיר