בלאט 1 פון 1

לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 02, 2021 10:33 pm
דורך אבטולמוס
נעקסטע וואך קומט פאר א לעקציע דורך אונזער באקאנטן @פראפעסאר ד"ר יעקב ירון לואיס, וועלכער האט געשריבן עטליכע הערליכע ארטיקלען אינעם וועקער, אריינגערעכנט אין דער לעצטער אויסגאבע "געדאנקען וועגן טויט".

די לעקציע איז ארגאניזירט דורך יידישיסטן אין טאראנטא און איז בעיקר פאר זיי, אבער מסתמא וועט עס אויך זיין אינטערעסאנט פאר אונזער ציבור.

שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים
א לעקציע פון ד"ר יעקב ירון לואיס

זונטיג, 6 יוני, 2 א זייגער מזרח-צייט (טאראנטא / ניו יארק)

אידיש לעבט און לאכט צווישן היינטיקע חסידים. לייענען און הערן דערציילונגען, דעבאטעס, אדער פאעזיע פון דער היימישער וועלט קען בארייכערן מאמע-לשון ביי נישט-חסידים אויך. איך וועל באשרייבן א פאר ביישפילן פון חסידישער שעפערישקייט אין אינטערנעט פארומס, "פאדקעסטס", און געדרוקטע אויסגאבעס, כולל "דער וועקער" וואו איך בין אויך א שרייבער.



רעגיסטרירט אייך דא
https://us02web.zoom.us/webinar/registe ... cyAGUcvQug

הודעהפורסם: זונטאג יוני 06, 2021 3:13 pm
דורך יעקב מעקסוועל
די לעקציע האט זיך יעצט געענדיגט. יעקב ירון רעדט מיט א געוואלדיגע חיות, עס איז געשמאק צו זען א מענטש וואס לעבט אזוי אין זיין ארבעט.

בלייבט נאר איבער צו זען אויב אונזער שפראך וועט ווערן שטערקער מיט די צייט, אדער פארקערט.

די לעקציע אויף יו-טיוב / א בקשה

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 08, 2021 12:33 am
דורך פראפעסאר
יישר כח @אבטולמוס און @יעקב מעקסוועל!

מ'קען יעצט זען די לעקציע אויף יו-טיוב, דא:

[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=Cbdt6RoRBXc[/youtube]

וויבאלד איך רעד אין דער לעקציע איבער מיין חשק צו לערנען רעדן אידיש אויף א חסיד'ישע שטייגער, וועל איך בעטן (נאכאמאל) ביי אייך אלעמען, קאווע-שטיבל-ניקעס: וואלט עמעצער מיר געוואלט העלפן, פארבעסערן מיין אידיש סע זאל ווערן מער חסיד'יש?
איך האב געקלערט אז מיר וואלטן למשל געקענט לייענען ארטיקלען פון "וועקער" צוזאמען (אויף זום אדער סקאיפ אדער סתם אויפן טעלעפאן), וואלט איר מיר געקענט העלפן מיט דער ארויסרייד און אויך מיט פארשטיין געוויסע ווערטער און די קולטורעלע קאנטעקסט, וואס איך כאפ נישט אלעמאל.

יעקב

Re: לעקציע: שעפֿערישקײט אױף ייִדיש בײַ הײַנטיקע חסידים

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 08, 2021 1:03 am
דורך החוקר
געערטער @פראפעסאר, איך קלער אז די גלייכסטע/גרינגסטע וואלט געווען צו ניצן קלאבהויז אויף צו שמועסן און פארברענגען אויף מאמע לשון. דארט קענט איר טרעפן צענדליגער חסידישע אידן מיט וועמען איר קענט פארפירן א שמועס לויט אייער באגער.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 08, 2021 8:46 am
דורך אבטולמוס
פראפעסאר האט געשריבן:יישר כח @אבטולמוס און @יעקב מעקסוועל!

מ'קען יעצט זען די לעקציע אויף יו-טיוב, דא:



וויבאלד איך רעד אין דער לעקציע איבער מיין חשק צו לערנען רעדן אידיש אויף א חסיד'ישע שטייגער, וועל איך בעטן (נאכאמאל) ביי אייך אלעמען, קאווע-שטיבל-ניקעס: וואלט עמעצער מיר געוואלט העלפן, פארבעסערן מיין אידיש סע זאל ווערן מער חסיד'יש?
איך האב געקלערט אז מיר וואלטן למשל געקענט לייענען ארטיקלען פון "וועקער" צוזאמען (אויף זום אדער סקאיפ אדער סתם אויפן טעלעפאן), וואלט איר מיר געקענט העלפן מיט דער ארויסרייד און אויך מיט פארשטיין געוויסע ווערטער און די קולטורעלע קאנטעקסט, וואס איך כאפ נישט אלעמאל.

יעקב

כ'האב דורכגעקוקט די לעקציע, און כ'האב זייער הנאה געהאט פון די אידיש אבזערוואציעס אין דער חסידישער וועלט. ספעציעל איז מיר געווען אן אנגענעמע איבערראשונג אז דער געערטער @פראפעסאר האט באריכות אויסגעשמועסט מיין דערציילונג טובים השנים. יישר כוח!