די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך ליב צו וויסן » פרייטאג יוני 04, 2021 6:29 pm

אן א שיעור איז שוין געשריבן געווארן אויף די חרדי'שע חינוך סיסטעם.

פאראן פילע וואס ברענגען ארויס אז גאר וויכטיגע טעמעס ווערן אינגאנצן איגנארירט אין אונזערע חדרים, וואס איז גורם צו פיל מוטשענישן שפעטער אין לעבן, און מען דארף אריינמישן די רעגירונג צו צווינגען לערנען מער.
אנדערע רעדן פון די שרעקליכע סכנה וואס לויערט אויף אונז מיט דעם וואס די רעגירונג וויל הייסן לערנען אלעס וואס מען לערנט אין פאבליק סקול.
ווידער אנדערע פארשטייען, אז ביידע איז א פראבלעם.. און מען דארף טאקע א לעזונג צום פראבלעם, אבער דאס אז די רעגירונג זאל צווינגען, איז נישט קיין מהלך.

לענ"ד איז די לייזונג (ווי ביי רוב פראבלעמען): געלט!

דהיינו:
די יעצטיגע מצב איז, אז מוסדות החינוך זענען "נאן פאר פראפיט" ארגאניזאציעס.
די סכום וואס עלטערן צאלן איז ווייט נישט גענוג עס צו מאכן פאר א Good going ביזנעס, און במילא ווערן טאקע די מוסדות אין אלגעמיין געעפנט דורך אזעלכע וואס האבן נאך כוונות חוץ פון בלויז געלט.. צב"ש, רבי'ס וואס ווילן בויען זייערע חסידות'ן וכדומה.

די פאקט איז לכאורה די גורם, אז מנהלי מוסדות זוכן בכלל נישט צופרידן צושטעלן די עלטערן אדער טובה פון די קינדער, נאר זוכן ענדערש להגדיל ה'נאמען פון די מוסד און ח"ו נישט צו ווערן באשמיצט דורך די עקסטערמיסטן (וויבאלד די גאנצע ציל דא איז דאך כבוד וכו).

אויב אבער וועט עפענען מוסדות ווערן א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער, און ס'וועט זיין קאמפעטישן אין גרויסן, וועלן טאקע זיין מוסדות'ער צוגעשטעלט פאר יעדנ'ס משוגעת'ן.
אדרבה, איינער וואס וועט וועלן מאכן געלט, וועט טרעפן דעם ספעציפישע Niche וואס איז נאך נישטא און אזוי בויען זיין מוסד.

אבל דא עקא.. געלט איז א פראבלעם.. ס'איז נישטא קיין סאך דערפון..
איז -כאטש וואס בדרך כלל בין איך א Libertarian- די מעשה אז די רפואה איז געקומען פאר די מכה.. די רעגירונג באראבעוועט שוין יארן דעם ציבור מיט געשוואלענע פראפערטי טעקסעס מ'כלומרשט פאר עדיוקעיטן די קינדער.
נו, אז מיר צאלן שוין סיי ווי, פעלט נישט אויס מער, ווי הייבן א וויי געשריי אז מיר ווילן צוריק אונזערע געלטער אין פארעם פון Vouchers.
און אז די רעגירונג וועט טיילן Vouchers ביד רחבה, וועלן דאך מוסדות פארדינען שיין געלט, וועט עס מאכן א מוסד פאר א סוקסעספולע ביזנעס, וועט עס ברענגען קאמפעטישן, וועט דאך עס ברענגען אלע ערליי מוסדות, וועלן עלטערן וואס ווילן א בעסערע עדיקעישן עס קענען באקומען אויף א גאלדענע טאץ, חד גדיא חד גדיא..

בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס מאסטער וחבריו פארשטייען דאס נישט... :lol:
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

Re: די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 04, 2021 7:36 pm

לענ"ד איז די גרעסטע פראבלעם (ווי ביי רוב פראבלעמען) : פוילקייט / פחד !

דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין מוסדות? דיין מוסדות לערנט גארנישט אויס און פארטעמפט דיינע קינדערס קעפ? גערעכט. גערעכט. גערעכט.
פארדעם גייסטו פשוט וויינען און ווייטער דארט שיקן?
שאר דיך ארויף די ארבל און נעם צוזאם א קבוצה און עפן פרישע מוסדות. יא, טו עס פאר דיינע קינדער!
אדער ברעך דיין נארישע פחד פון חברים / שוויגער און שיק אין 'חתן סופר'.
האסט מורא מ'גייט דיך נישט אננעמען? שטעל דיך צו. עס קאסט אסאך געלט? שאף עס! טו עס פאר דיינע קינדער!

יעדע וויינט און קיינער טוט גארנישט. קודם כל זייט ווען דארף יענער זיך אומקערן מיט דיינע פראבלעמן, אז דו ביסט נישט צופרידן נעם שריט! און אפי' אויב די 'רוב' איז נישט צופרידן ממילא דארף מען זיך יא צושטעלן צו וואס דו ווילסט, טָא בעֶד קיינער טוט נישט, איז ענדיג די טישו באקס און טו עפעס פאר דיינע קינדער'ס עתיד.

End Rant.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » זונטאג יוני 06, 2021 8:37 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:לענ"ד איז די גרעסטע פראבלעם (ווי ביי רוב פראבלעמען) : פוילקייט / פחד !

דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין מוסדות? דיין מוסדות לערנט גארנישט אויס און פארטעמפט דיינע קינדערס קעפ? גערעכט. גערעכט. גערעכט.
פארדעם גייסטו פשוט וויינען און ווייטער דארט שיקן?
שאר דיך ארויף די ארבל און נעם צוזאם א קבוצה און עפן פרישע מוסדות. יא, טו עס פאר דיינע קינדער!
אדער ברעך דיין נארישע פחד פון חברים / שוויגער און שיק אין 'חתן סופר'.
האסט מורא מ'גייט דיך נישט אננעמען? שטעל דיך צו. עס קאסט אסאך געלט? שאף עס! טו עס פאר דיינע קינדער!

יעדע וויינט און קיינער טוט גארנישט. קודם כל זייט ווען דארף יענער זיך אומקערן מיט דיינע פראבלעמן, אז דו ביסט נישט צופרידן נעם שריט! און אפי' אויב די 'רוב' איז נישט צופרידן ממילא דארף מען זיך יא צושטעלן צו וואס דו ווילסט, טָא בעֶד קיינער טוט נישט, איז ענדיג די טישו באקס און טו עפעס פאר דיינע קינדער'ס עתיד.

End Rant.

1. נישט יעדע שטאט האט א חתן סופר... :lol:
2. ס'זאגט זיך גרינג "נעם שריט", עפענען א מוסד פארלאנגט אסאך געלט, און די וואס זענען ביזי ברענגען ברויט אין שטוב, די קען מען נישט באשולדיגן.
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

Re: די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך פאליטיקאנט » זונטאג יוני 06, 2021 9:31 pm

אוואדי זאגט זיך עס גרינג אבער איז ביטערליך שווער. כ'מאך עס בכלל נישט אוועק, און כ'עגרי אז די טענות זענען גערעכט.
וואס כ'פרוביר ארויסצוברענגען איז אז אנדערש ווי געווענליכע טענות אויפ'ן סיסטעם רעדט מען דא פון די עתיד פון אונזערע קינדער, איז היות קיינער רעכנט זיך נישט אז עפעס גייט זיך בקרוב טוישן, זיי נישט נאריש נאר טו דאס אוממעגליכע און זיי מקריב געלט און כוחות פאר "דיינע קינדער".
עס איז ווערט!

און סתם צוצולייגן עס איז נישט "אזוי" שווער, ווייל דו קענסט אויך יעצט שיקן אין חדרים אזויווי חתן סופר..... (דארפסט נישט עפענען נייע).
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך יעקב מעקסוועל » זונטאג יוני 06, 2021 9:50 pm

איך פארשטיי נישט די סברא אז די עלטערן וועלן קענען אריינרעדן מער ווען עס וועט זיין וואוטשערס, פונקט פארקערט, אויב די עלטערן האבן נישט די לעצטע ווארט ווען זיי צאלן עס אליין, (מיט שכ"ל און אנדערע צדקות), פארוואס זאל מען אויסהערן די עלטערן ווען זיי צאלן עס נישט.

איך בין נישט באקאנט מיט וואס חתן סופר איז. דער מציאות איז, איך קען נישט שיקן מיינע קינדער צו אן אנדערע מוסדות. און דאס איז אויך די סיבה אז עס וואקסט נישט ארויס קיין מוסדות וואס זאלן צושטעלן אלעס אזויווי יעדער וויל, ווייל יעדער וויל עס אבער קיינער וועט נישט אהינשיקן. ווילאנג דאס טוישט זיך נישט, טוישט זיך גארנישט.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

הודעהדורך עמינדב » דינסטאג יוני 08, 2021 12:00 am

.......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך עמינדב אום פרייטאג יוני 11, 2021 4:54 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עמינדב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 08, 2021 5:47 pm

עמינדב האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דער מציאות איז, איך קען נישט שיקן מיינע קינדער צו אן אנדערע מוסדות.

עלטערן וואס זענען וויליג צו מקריב זיין קינדער צו די עבודה זרה "מוסדות" זענען נישט ווערט קיין טויש.

די זאכען לכוארה וועלן זיך קיינמאל נישט טוישן!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך שארפןקאפ » דינסטאג יוני 08, 2021 6:19 pm

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:די זאכען לכוארה וועלן זיך קיינמאל נישט טוישן!

זיכער נישט מיט די attitude!!!!!

Sent from my SM-N986U using Tapatalk
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 56
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 08, 2021 7:03 pm

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די סברא אז די עלטערן וועלן קענען אריינרעדן מער ווען עס וועט זיין וואוטשערס, פונקט פארקערט, אויב די עלטערן האבן נישט די לעצטע ווארט ווען זיי צאלן עס אליין, (מיט שכ"ל און אנדערע צדקות), פארוואס זאל מען אויסהערן די עלטערן ווען זיי צאלן עס נישט.

איך בין נישט באקאנט מיט וואס חתן סופר איז. דער מציאות איז, איך קען נישט שיקן מיינע קינדער צו אן אנדערע מוסדות. און דאס איז אויך די סיבה אז עס וואקסט נישט ארויס קיין מוסדות וואס זאלן צושטעלן אלעס אזויווי יעדער וויל, ווייל יעדער וויל עס אבער קיינער וועט נישט אהינשיקן. ווילאנג דאס טוישט זיך נישט, טוישט זיך גארנישט.

ווען ס'לוינט ווען (געלטווייז) צו עפענען און אויפהאלטן א מוסד, דארפן די עלטערן שוין גארנישט פארלאנגען.. אדרבה, יעדער וואס וועט וועלן עפענען א מוסד (ס'לוינט דאך..) וועט פרובירן אקעגן צוקומען די עלטערן און אזוי ארום בויען זיין ביזנעס/מוסד.
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » מיטוואך יוני 09, 2021 9:50 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:

נאך אלעמען ווען איינער וויל עפענען א ביזנעס בין איך איהם נישט מייעץ צו עפענען א מוסד!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:04 am

גוט געזאגט, מען צאל חי קאק פאר די מלמדים, וואו איז מעגליך צו באקומען גוטע קאנדידאטן פאר די ניסלעך וואס מ'צאלט זיי? וועלכער נארמאלער מענטש וויל ווערן א מלמד און זיך מוטשען צו דעקן רענט.
זאל מען אפילו ארויפגיין מיט'ן שכר לימוד, אבער אין דער זעלבער צייט זאלן די מוסדות געהאלטן ווערן עקאונטעבעל און ווייזן וואס זיי האבן פארבעסערט.

איך האב דאס זעלבע געטראכט וועגן די "דיפאנד די פאליס" באוועגונג. אנשטאט אוועקנעמען געלט פון די פאליציי, זאל מען געבן מער געלט פאר אפיצירן, באקומען מער טרענירונג, וועלן זיך נארמאלערע מענטשן איינשרייבן, נישט קיין גאסן-יונגען.
והיינו הך ביי מלמדים, וואס פונקטליך פארלאנגט זיך פון א אינגערמאן צו ווערן א מלמד? זערא. זאל מען יא הייבן דעם באר, צאלן מער און פארלאנגען מער.
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

Re: די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 10, 2021 2:18 pm

טיכטיגער דו ברענגסט ארויס אז מהלך וויאזוי צו פארבעסערן די קוואליטעט פון די 'מלמדים', די עיקר פראבלעם פון אונזער חינוך איז נישט 'ווער און וויאזוי' מען לערנט מיט אונזער קינדער, נאר 'וואס' מ'לערנט, אונז דארפן א בעסערע קארריקולום און דאס האט גארנישט מיט געלט, נאר מיט מאכט.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:00 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:טיכטיגער דו ברענגסט ארויס אז מהלך וויאזוי צו פארבעסערן די קוואליטעט פון די 'מלמדים', די עיקר פראבלעם פון אונזער חינוך איז נישט 'ווער און וויאזוי' מען לערנט מיט אונזער קינדער, נאר 'וואס' מ'לערנט, אונז דארפן א בעסערע קארריקולום און דאס האט גארנישט מיט געלט, נאר מיט מאכט.

הער פאליטיקאנט: מיט וואס דארפ'ן ''מיר'' זיך פארבעסערן אין די סדר הלימודים?
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:05 pm

מיט'ן שיקן צו א געהעריגע תלמיד תורה, אז ס'איז נישטא דאן (אדער עפן, אדער) לערן מיט עם אינדערהיים וואס עס פעלט אויס.

"מיר" האבן נישט קיין קאנטראל אויף די קורריקולום אדער די סטעף.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:06 pm

וואס דארף איך צולערנען מיטן קינד?
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:20 pm

וואס דו האלטס פעלט אויס, און מ'לערנט עס נאכנישט מיט'ן קינד.

קענסט אנהייבן מיט פשוט'ע 'רעדן' און לערנען אלע ענגלישע לימודים. דערנאך קענסטו עם אויסלערנען די בעיסיקס פון אלעס וואס א פשוט'ע מענטש היינט איז גוט צו קענען (קאמפיוטער פראגראמען ווי ווארד און עקסעל ודו')
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל

הודעהדורך אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:21 pm

פאליטיקאנט האט געשריבן:וואס דו האלטס פעלט אויס, און מ'לערנט עס נאכנישט מיט'ן קינד.

קענסט אנהייבן מיט פשוט'ע 'רעדן' און לערנען אלע ענגלישע לימודים. דערנאך קענסטו עם אויסלערנען די בעיסיקס פון אלעס וואס א פשוט'ע מענטש היינט איז גוט צו קענען (קאמפיוטער פראגראמען ווי ווארד און עקסעל ודו')

איך אליין קען עס נישט.....
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » פרייטאג יוני 11, 2021 1:28 am

פאליטיקאנט האט געשריבן:טיכטיגער דו ברענגסט ארויס אז מהלך וויאזוי צו פארבעסערן די קוואליטעט פון די 'מלמדים', די עיקר פראבלעם פון אונזער חינוך איז נישט 'ווער און וויאזוי' מען לערנט מיט אונזער קינדער, נאר 'וואס' מ'לערנט, אונז דארפן א בעסערע קארריקולום און דאס האט גארנישט מיט געלט, נאר מיט מאכט.

איר זענט גערעכט, אבער כדי צו טוישן די קאריקאלום ברויך מען טוישן מלמדים, אדער כאטש זיי געבן טרענירונג, ווי קענען זיי אויסלערנען אויב זיי אליין קענען נישט. און אז מ'האט מומחים מלמדים קען מען אנהייבן פארלאנגען מער.

אבער ווארשיינליך גייט עס נישט געשען ווי לאנג ס'עעפנט זיך נייע פריוואטע מוסדות. ס'איז גרינגער צו בויען א נייע בנין ווי בויען אויף אלטע יסודות
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » פרייטאג יוני 11, 2021 7:59 am

איך האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט א גרויסער עסקן וואס האלט אינמיטן דורכפירן א ספעציעלע פראגראם פאר מלמדים אז זיי זאלן געניסן פון פארשידענע פראגראמען ווי גראסערי'ס, רענט, א.ד.ג.

עס קען זייער מעגליך זיין אז ער חלומ'ט בהקיץ, אבער אויב פירט ער דאס אריבער דאן קען גאר מעגליך זיין אז עס וועט זיך שליסן די בלוטיגע קאפיטל פון נערוועזע און אומקוואליפיצירטע מלמדים.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 352 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך yn.NY » דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:44 am

unnamed (4).png

ניו יארק - א ליצנות'דיג קליינער גרופע פון ווייניגער ווי 2 צענדליג זעלבסט-דערקלערטע אקטיוויסטן האבן אפגעהאלטן א ראלי אין לאוער מאנהעטן צו לייגן דרוק אויף די פירנדע מעיאר קאנדידאטן זיך צו פארפליכטן צו זיך ארויסשטעלן קעגן די ערליכע מוסדות התורה.

די פיצינקע גרופע אין צאל וועלכע טוען פאלשערהייט פרעטענדירן צו זיין די פארטרעטער פון די צענדליגער טויזנטער ישיבה פאמיליעס בלי עיה"ר האלטן נישט אויס דער פאקט אז די מעיאר קאנדידאטן געבן הבטחות זיך נישט אריינצומישן אין די סדרי הלימודים אין די ישיבות, און פרובירן ארויף צו ברענגען די אישו צום אויבערפלאך מיט דער האפענונג אז די אלגעמיינע וויילער זאלן באזירן זייער שטימע פאר א קאנדידאט אויף זיין שטעלונג אין די נושא נאכדעם וואס א אנקעטע האט געוויזן אז 94 פראצענט דעמאקראטישע וויילער זענען אין שטיצע פון ארויף צווינגען עלעמענטארע סעקולערע לימודים אויף מוסדות התורה.

אויפן פלאץ איז אנוועזנד געווען העסקן המפורסם ר' בנציון ווידער הי"ו פון מאנסי וועלכע דינט אלס לעגיסלאטאר אין ראקלענד קאונטי, וועלכע האט פאסיג ארויסגעברענגט פאר די אלגעמיינע פרעסע וואסערע חוזק די חברה שפאסן פון זיך זעלבסט, ווייזנדיג פאר יעדן וויפיל מענטשן זיי רעפרעזענטירן באמת... ער האט ארויסגעברענגט אז ער זעלבסט איז געגאנגען אין אט דער זעלבער תלמוד תורה ווי דער ראש הכת זייערע איז געגאנגען, און דא שטייט ער אלס א ביישפיל וואס ווייזט אז די אידישע עדוקאציע איז איינס אין די וועלט אין אלע מובנים, ווען תורה לערנט אויס די מענטש די ריכטיגע מהלך החיים, וואס קען אויך העלפן פאר די וואס דארפן ארויס גיין שפייזן זייערע פאמיליעס.

(JD Media today)
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:11 pm

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:וואס דו האלטס פעלט אויס, און מ'לערנט עס נאכנישט מיט'ן קינד.

קענסט אנהייבן מיט פשוט'ע 'רעדן' און לערנען אלע ענגלישע לימודים. דערנאך קענסטו עם אויסלערנען די בעיסיקס פון אלעס וואס א פשוט'ע מענטש היינט איז גוט צו קענען (קאמפיוטער פראגראמען ווי ווארד און עקסעל ודו')

איך אליין קען עס נישט.....

אז דו ביסט שוין יא אויף דעם נעט, ניץ אויס די צייט און זעטץ דיך לערנען...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 17, 2021 1:16 pm

yn.NY האט געשריבן:
unnamed (4).png

ניו יארק - א ליצנות'דיג קליינער גרופע פון ווייניגער ווי 2 צענדליג זעלבסט-דערקלערטע אקטיוויסטן האבן אפגעהאלטן א ראלי אין לאוער מאנהעטן צו לייגן דרוק אויף די פירנדע מעיאר קאנדידאטן זיך צו פארפליכטן צו זיך ארויסשטעלן קעגן די ערליכע מוסדות התורה.

די פיצינקע גרופע אין צאל וועלכע טוען פאלשערהייט פרעטענדירן צו זיין די פארטרעטער פון די צענדליגער טויזנטער ישיבה פאמיליעס בלי עיה"ר האלטן נישט אויס דער פאקט אז די מעיאר קאנדידאטן געבן הבטחות זיך נישט אריינצומישן אין די סדרי הלימודים אין די ישיבות, און פרובירן ארויף צו ברענגען די אישו צום אויבערפלאך מיט דער האפענונג אז די אלגעמיינע וויילער זאלן באזירן זייער שטימע פאר א קאנדידאט אויף זיין שטעלונג אין די נושא נאכדעם וואס א אנקעטע האט געוויזן אז 94 פראצענט דעמאקראטישע וויילער זענען אין שטיצע פון ארויף צווינגען עלעמענטארע סעקולערע לימודים אויף מוסדות התורה.

אויפן פלאץ איז אנוועזנד געווען העסקן המפורסם ר' בנציון ווידער הי"ו פון מאנסי וועלכע דינט אלס לעגיסלאטאר אין ראקלענד קאונטי, וועלכע האט פאסיג ארויסגעברענגט פאר די אלגעמיינע פרעסע וואסערע חוזק די חברה שפאסן פון זיך זעלבסט, ווייזנדיג פאר יעדן וויפיל מענטשן זיי רעפרעזענטירן באמת... ער האט ארויסגעברענגט אז ער זעלבסט איז געגאנגען אין אט דער זעלבער תלמוד תורה ווי דער ראש הכת זייערע איז געגאנגען, און דא שטייט ער אלס א ביישפיל וואס ווייזט אז די אידישע עדוקאציע איז איינס אין די וועלט אין אלע מובנים, ווען תורה לערנט אויס די מענטש די ריכטיגע מהלך החיים, וואס קען אויך העלפן פאר די וואס דארפן ארויס גיין שפייזן זייערע פאמיליעס.

(JD Media today)

גיי זיי מסביר....
דאס אז מען סופארט נישט מאסטער, מיינט נישט אז מען איז צופרידן.
גיי אריין אין קאווע שטיבל (די פיזישע..) און פרעג סיי וועמען צו ער איז צופרידן מיט די חינוך סיסטעם, וועסט הערן כל מיני דיעות און פארשלאגן, אבער "צופרידן"? מאן דכר שמיה..

לענ"ד, טוט מאסטער (אויב מיינט ער עס ערנסט) א פאטאלע טעות מיטן פרובירן צו "צווינגען", ער וואלט ענדערש געדארפט ארבעטן אויף די געלט/וואוטשערס חלק (ווי דערמאנט אויבן..).
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:56 pm

איך פארשטיי נישט בנציון ווידערס טענה, אז ער איז מצליח אפילו ער האט געלערנט אין די זעלבע חדר פון מאסטער, דו האסט מצליח געווען, נו מיינט נאך נישט אז די חדר האט ארויסגעגעבן גענוג א גרויסע פראצענט וואס האבן מצליח געווען, איך למשל קען בעסער פארשטיין ענגליש פון רוב וואס האבן געלערנט צוזאמען מיט מיר אין חדר אבער איך מוטשע מיך אויך צו רעדן פליסיג, ווייל איינער איז גענוג קלוג זיך צולערנען און ווערן א לעגיסלאטור איז בכלל נישט קיין ראיה אז די מוסד איז סוקסעספול.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 552 מאל

הודעהדורך מורינו ורבנו » פרייטאג יוני 18, 2021 12:29 pm

איך האב אסאך צו זאגן, ועוד חזון למועד. יעצט יאג איך זיך.

גוט שבת מיינע לעכטיגע ברידער.
מורינו ורבנו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג יוני 18, 2021 12:44 pm

וואו יאגט זיך דער רב אזוי?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2156
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2749 מאל

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט