די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

די וועג צו פארבעסערן אונזער חינוך סיסטעם

שליחה דורך ליב צו וויסן »

אן א שיעור איז שוין געשריבן געווארן אויף די חרדי'שע חינוך סיסטעם.

פאראן פילע וואס ברענגען ארויס אז גאר וויכטיגע טעמעס ווערן אינגאנצן איגנארירט אין אונזערע חדרים, וואס איז גורם צו פיל מוטשענישן שפעטער אין לעבן, און מען דארף אריינמישן די רעגירונג צו צווינגען לערנען מער.
אנדערע רעדן פון די שרעקליכע סכנה וואס לויערט אויף אונז מיט דעם וואס די רעגירונג וויל הייסן לערנען אלעס וואס מען לערנט אין פאבליק סקול.
ווידער אנדערע פארשטייען, אז ביידע איז א פראבלעם.. און מען דארף טאקע א לעזונג צום פראבלעם, אבער דאס אז די רעגירונג זאל צווינגען, איז נישט קיין מהלך.

לענ"ד איז די לייזונג (ווי ביי רוב פראבלעמען): געלט!

דהיינו:
די יעצטיגע מצב איז, אז מוסדות החינוך זענען "נאן פאר פראפיט" ארגאניזאציעס.
די סכום וואס עלטערן צאלן איז ווייט נישט גענוג עס צו מאכן פאר א Good going ביזנעס, און במילא ווערן טאקע די מוסדות אין אלגעמיין געעפנט דורך אזעלכע וואס האבן נאך כוונות חוץ פון בלויז געלט.. צב"ש, רבי'ס וואס ווילן בויען זייערע חסידות'ן וכדומה.

די פאקט איז לכאורה די גורם, אז מנהלי מוסדות זוכן בכלל נישט צופרידן צושטעלן די עלטערן אדער טובה פון די קינדער, נאר זוכן ענדערש להגדיל ה'נאמען פון די מוסד און ח"ו נישט צו ווערן באשמיצט דורך די עקסטערמיסטן (וויבאלד די גאנצע ציל דא איז דאך כבוד וכו).

אויב אבער וועט עפענען מוסדות ווערן א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער, און ס'וועט זיין קאמפעטישן אין גרויסן, וועלן טאקע זיין מוסדות'ער צוגעשטעלט פאר יעדנ'ס משוגעת'ן.
אדרבה, איינער וואס וועט וועלן מאכן געלט, וועט טרעפן דעם ספעציפישע Niche וואס איז נאך נישטא און אזוי בויען זיין מוסד.

אבל דא עקא.. געלט איז א פראבלעם.. ס'איז נישטא קיין סאך דערפון..
איז -כאטש וואס בדרך כלל בין איך א Libertarian- די מעשה אז די רפואה איז געקומען פאר די מכה.. די רעגירונג באראבעוועט שוין יארן דעם ציבור מיט געשוואלענע פראפערטי טעקסעס מ'כלומרשט פאר עדיוקעיטן די קינדער.
נו, אז מיר צאלן שוין סיי ווי, פעלט נישט אויס מער, ווי הייבן א וויי געשריי אז מיר ווילן צוריק אונזערע געלטער אין פארעם פון Vouchers.
און אז די רעגירונג וועט טיילן Vouchers ביד רחבה, וועלן דאך מוסדות פארדינען שיין געלט, וועט עס מאכן א מוסד פאר א סוקסעספולע ביזנעס, וועט עס ברענגען קאמפעטישן, וועט דאך עס ברענגען אלע ערליי מוסדות, וועלן עלטערן וואס ווילן א בעסערע עדיקעישן עס קענען באקומען אויף א גאלדענע טאץ, חד גדיא חד גדיא..

בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס מאסטער וחבריו פארשטייען דאס נישט... :lol:

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר