א פוטער קריזיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

א פוטער קריזיס

שליחה דורך טיכטיגער »

ווען א מאנגל אין פוטער האט געפירט אז מען זאל עס ניצן סאך מער ווי בלויז צו שמירן ברויט.
-

וואו מען גייט און וואו מען שטייט רעדט מען פון די הויכע פרייזן פון פילע פראדוקטן וואס האבן יעצט ארויפגעשאסן, אנגעהויבן ביי בוי-מאטעריאל און געענדיגט ביי פילע עסן פראדוקטן, די פרייז העכערונג קומט אנגעבליך צוליב א מאנגל פון פראדוקציע, ווען פילע פירמעס זענען געווען פארשלאסן דעם פארלאפענעם יאר צוליב קאראנאווירוס.
עס איז דא פלעצער וואו עס אפעקטירט מער און ס'דא וואו עס אפעקטירט ווייניגער, למשל קארס איז פארהאן ווייניגער צובאקומען היות געוויסע טיילן זענען נישטא צו באקומען, דאס זעלבע איז מיט בוי מאטעריאל, און גאנץ לעצטנס זענען די פרייזן פון פילע עסן פראדוקטן אויך געשטיגן גאר הויעך.
אלנפאלס, געוויסע פראדוקטן איז שווערער צו לעבן אן דעם און געוויסע גרינגער, איך גלייב אבער נישט אז איינס פון זיי זענען פוטער. פוטער איז זייער גוט צו שמירן אויפ'ן ברויט ביי פת שחרית, אבער אויב ווערט א מאנגל וועט מען זיך שוין אן עצה געבן, סך הכל איז דא א מאנגל אין אביסל פוטער, מה כל הרעש, אבער איינוואוינער אין נארוועגיע האבן גאנץ אנדערש רעאגירט צו א מאנגל פון פוטער, אזש ס'איז געווארן א גאנצער "פוטער קריזיס".

אין א צייט ווען מען רעדט פון א מאנגל פון פראדוקטן לאמיר זען וויאזוי אביסל פוטער האט צעלאזט דעם נארוועגישן פאלק און געשמירט די רעדער פון א קריזיס.

נארוועגיע, א פיצעלע אבער גאר רייכע לאנד, אבער ווען ס'איז אנשטאנען א מאנגל פון פוטער אין לאנד, איז זייערע רעאקציע ברייט צעשמירט געווארן איבער'ן וועלט, און די צייטונגען האבן זיך אונטערגעהאלטן מיט'ן אזויגערופענעם פוטער קריזיס.

א טרוקענער זומער
זומער פון 2011 איז געווען א קאלטער און א נאסער, עס האט גערעגנט כמעט דעם גאנצן סעזאן. רעגן איז גוט, אבער ווען ס'קומט מיט א מאס, דא האט פאסירט א קייט-רעאקציע. די שווערע רעגנס האבן געשטערט די גראז וואס די קיען עסן זענען נישט גוט געוואקסן, אזוי אויך האט געפעלט די נויטיגע זון שיין ס'זאל וואקסן ווי געווענליך.
נו אז די קיען עסן נישט געהעריג, נאכדעם וואס זייערע געווענליכע עסן איז שוואכער, פראדוצירן זיי שוואכער, און זיי האבן פראדוצירט סאך ווייניגער מילך ווי א געווענליכע יאר. באאמטע האבן געשאצט אז די קיען אין לאנד האבן פראדוצירט מיט בערך 5 מיליאן גאלאן מילך ווייניגער ווי א געווענליכע יאר, וואס האט געפירט צו א מאנגל פון פוטער.

א מאנגל אין פוטער פירט צו העכערע פרייזן; די פוטער פרייזן זענען דאן געשטיגן מיט דרייסיג פראצענט. א פשוט'ע שטיק פוטער פון אכט אונסעס האט געקאסט בערך פופציג דאלער! די מידיע האט אנגעהויבן ברייט באריכטן איבער א מאנגל, וואס דאס האט פילפאכיג פארערגערט דעם קריזיס, ווען מענטשן האבן זיך גענומען לויפן צו די געשעפטן אויסקויפן דאס ביסל פארבליבענע פוטער.
נו וואס טוט מען ווען ס'איז דא א מאנגל, היינט איז עס א קליינע וועלט, אלעס איז בלויז א שפאן אוועק, מען אימפארטירט אריין פון אינדרויסן פון לאנד. אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט אן אינטערעסאנטן בילד, מיט יארן פריער האט נארוועגיע, אין א פארזוך צו פארזיכערן זייער פוטער אינדוסטריע האבן זיי ארויפגעשטעלט הויכע "טאריפס" פאר אימפארטירטע פוטער. טאקע דערפאר זענען בערך ניינצן פראצענט פון די נארוועגישע פוטער ערצייגט געווארן אין לאנד, וואס דאס האט פילפאכיג פארערגערט דעם מאנגל.
די רעגירונג האט ארויפגעלייגט די טאריפס מיט א גוטע כוונה, היות ס'איז שווער צו ערצייגן מילכיגע פראדוקטן אין אזא קלימאט, האבן זיי געוואלט פארזיכערן אז די לאקאלע מילך סוחרים מאכן געלט; יעצט אבער האט דאס פארערגערט דעם מאנגל, וויבאלד קיין איין פירמע האט נישט געוואלט שיקן פוטער און צאלן אזעלכע הויכע טעקסעס.
די רעגירונג האט דאן באשלאסן צו נידערן די הויכע טאריפס כדי פירמעס זאלן וועלן אימפארטירן פוטער; זיי האבן גענידערט די פרייזן מיט אכציג פראצענט, פון איבער 4 דאלער פער קילאגראם צו עטליכע זעכציג פראצענט פער קילאגראם.

דעם קאפ אויפ'ן פלאץ
ווי אייביג אין צייט פון נויט זענען דא אזעלכע וואס האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און פרובירן עס "אויסצוקעשן", דאס זעלבע האט דא פאסירט ווען פוטער איז פלוצלינג געווארן א ווערטפולער ארטיקל.
עס איז געווען א צייטונג אין נארוועגיע וועלכע האט געזוכט צו ציען פרישע ליינער, האבן צוגעזאגט א פונט פוטער פאר נייע סובסקרייבער. אזוי אויך האבן גרעניץ וועכטער געכאפט עטליכע מיט 'פוטער אויפ'ן קאפ' ווען זיי האבן פרובירט אריבערצושמוגלען דעם גרעניץ פילע קעסטלעך פוטער.
אזוי אויך האבן געשעפטן אין דעם שכינות'דיגן שווייץ געמאלדן פאר נארוועגישע איינוואוינער אז זיי וועלן פארטיילן פוטער בחינם פאר נארוועגישע קונדן וואס קומען איינקויפן אין זייער געשעפט אויף דעם אנדערן זייט גרעניץ. די שווייצער געשעפטן נעבן דעם גרעניץ האבן טאקע געמאלדן אז זיי האבן פארקויפט צוואנציג מאל מער פוטער ווי געווענליך, ווען ניין פון צען קונדן זענען געווען נארוועגישע.
עס האט גענומען חדשים לאנג ביז ווען די דארטיגע פירמעס האבן באוויזן נאכצוקומען דעם גרויסן פוטער פארלאנג און סטאביליזירן דעם פוטער מארקעט.

-
אן אינטערעסאנטער קאפיטל, אבער נאכ'ן עס לייענען קומט איר ארויף א מחשבה זרה, אז דער עיקר מאנגל איז געקומען צוליב די הויכע טאריפס, ווייל אויב קען מען ווען אימפארטירן וואלט נישט געווען קיין מאנגל. איז אפשר דאס זעלבע יעצט אין אמעריקע, אמת ס'איז דא א מאנגל צוליב קאראנא, אבער אפשר צוליב די טאריפס אויף פארשידענע לענדער? איך ווייס נישט, איך בין נישט קיין עקאנאמיסט און נישט קיין פאליטיקער.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר