דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע"... רעגירונג...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14871 מאל
קאנטאקט:

דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע"... רעגירונג...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער פינאנץ מיניסטער פון די ..."נייע".. קאאליציע רעגירונג אין מדינת ישראל אביגדור/ איוואט ליבערמאן. ווער איז ער...?

ער איז געבוירן אין די געוועזענע סאוויעטישע רעפובליק מאלדאוויע. אין יאר 1978 האט ער עולה געווען קיין מדינת ישראל צוזאמען מיט זיינע עלטערן. צוערשט האט ער געארבעט אין בן גוריון עירפארט אלס ..."שלעפער".../סבל. ער האט א פאר געזונטע פלייצעס. שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין קאלעדזש און ער האט חתונה געהאט. ער האט 3 קינדער.

אין יאר 2016 האט איהם בנימן נתניהוא אריינגענומען אין זיין רעגירונג אלס דעפענס מיניסטער. ער איז נישט געווען צופרידן וויאזוי די מלחמה אין עזה איז געפיהרט געווארן. האט ער רעזיגנירט און געמאכט אן אייגענע פארטיי. ..."ישראל ביתנו"...!

ווי ס'זעהט אויס קומט ער פון גאנץ א רעליגיעזע, היימישע משפחה. אנגעבליך (אזוי האט ער געזאגט) אז דער ריבניצער רבי זי"ע האט איהם געברענגט תפילין צו זיין בר מצוה...!

דער איזראעלי משפחה ברענגט אפילו א פיקטשער ווי ער שטייט אנגעטון טלית און תפילין און ער איז דער שליח ציבור.

פאליטיש איז ער אייביג געווען א ..."רעכטער"... און ער האט קיינמאל פריער נישט ארויסגעוויזן קיין אנטי רעליגיעזע סענטימענטן. אבער אין די לעצטע 2 יאר איז ער געווארן זייער שטארק אויסגעשפראכן אקעגן רעליגיע בכלל. און ספעציעל אקעגן די חרדים. און ער האט פארבינדן זיין פאליטיק מיט זיין אנטי-דת. זיין סלאגאן איז ער ווילל האבן א אידישע מדינה. אבער אן תורה...! ער ווילל געפעללן פאר די 1 1/2 מיליאן רוסישע אימיגראנט. וואס די מערסטע פון זיי זענען אפילו נישט קיין אידן עפ"י הלכה.

דער אויבנדערמאנטער משפחה מעגעזין האט א לענגערן באריכט איבער דעם נייעם פינאנץ מיניסטער. אביגדור ליבערמאן. זיי שרייבן נישט איבער זיין אנטי-רעליגיעזע פלאטפארמע. נאר זיי ברענגען א סאך דיטעילס איבער זיינע טונקעלע געשעפטן און פינאנציעלע שווינדל. און דער חידוש איז אז די ..."מערכת המשפט"... אין מדינת ישראל האט נאכנישט געברענגט קיין אינדייטמענט אקעגן איהם.

דער משפחה ברענגט אויך אז ס'איז דא א פרוי וואס זי איז געווען איינע פון די הויפט אינוועסטיגעטערס אין דעם קעיס פון ליבערמאן. און זי האט זיך געוואונדערט אז אייביג ווען זי האט געברענגט א סאך ראיות איבער זיינע פינאנציעלע שווינדלען האט איהר דאמאלס'דיגער באס דער אטוירני דזשענעראל יהודה וויינשטיין קיינמאל נישט ארויסגעוויזן קיין אינטרעסע צו פיהרן דעם קעיס ווייטער. ער האטציך ארויסגעדרייט מיט פארשידענע תירוצים. אויך. ווען זי האט אפגעשמועסט מיט איהר חבר'טע זיך צו טרעפן אין א געוויסן רעסטאראנט האטציך פלוצלינג באוויזן איינער א בר נש נאנט צו זיי און געקוקט די גאנצע צייט אויף זיי. ווען זי איז ארויס אויף די גאס איז יענער פארשוין נאכגעגאנגען. ביי אן אנדערע געלעגנהייט האטציך בארימט איינער פון ליבערמאן'ס מענטשן אז ער ווייסט פון א יעדן אינוועסטיגעישן וואס גייט אן אקעגן איהם.

לויט דעם באריכט פון משפחה קומט אויס אז ער (ליבערמאן) איז א פשוט'ער שווינדלער און מאפיאנער. ווער רעדט נאך פון זיין אנטי רעליגיעזע פלאטפארמע און אפענע שנאה צו חרדים. וואס קענמען שוין ערווארטן פון אזא רעגירונג צוזאמשטעלל...?!

לאמיר האפן און מתפלל זיין אז אט די פאלשע כלאים רעגירונג וועלכע באשטייט פון שונאי הדת און אראבערס וועט נישט האבן קין קיום און די אלע גזירות וועללן אי"ה בקרוב בטל ווערן...!

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר