באצאל די טאו"ל ביטע...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

באצאל די טאו"ל ביטע...

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

איז אזוי, אלס א פשוטע שטאפענעם היט גייער און ECCO שיך טראגער, איז זעלבסט פארשטענדליך אז איך בין אויך א טאיאטע סעיענע דרייווער... טאקע נישט פינעם לעצטן מאדעל אויסגעשטאטערט מיט אלע פארגעשריטענע פיטשיווקעס, אבער ס'איז פינקט געניג צו טראגן דעם בני בית שאפינ"ג דריי מאל א וואך, און פארברענען א שיינע פאר שטונדען פינעם וואך זיכענדיג פאר פארקינ"ג.
איין באשעפער ווייסט די גענויע סיבה פארוואס מיין גורל איז אזוי געפאלען, אבער פאר סא"ם ריזע"ן בין איך געווארן די קאר פארזארגער/פארבארגער פאר די גאנצע גרויסע פאמיליע פון ביידע צדדים, און ווען זאלזשע, נישט מער געדאכט, איינע פון די קאר-לאזע קרובים האבן דאס מינדסטע הווא אמינא אז ער גייט דארפן אפשר א קאר אין די נעקסטע צוויי וואכן, וועט ער נישט טראכטן קיין מילי-סעקונדע פארן מיר רופן פרעגן צו ער קען עס ניצען.
און איך? ווי א שאף צום שחיטה, און א ביבער וואס וויינט און פאלט אריין אין נעץ, העלעך ניטאמאל וואג'ן אפצוזאגען די ביטע, נאר ווי א וואויל קינד עס גערן (?..) אוועקגעבען. און בבחינת הרצחת וגם ירשת, נאך טיילמאל עס נעמען צום גאז-סטעישען פאר א וועקיום קליניג –ווי כאילו יענער ווייסט נישט אז כ'האב קאניינעהארע א געזינדעל וואס מאכט זיכער צו מאכן דאס אויטא אויסקוקען ווי א פארענדיגע מיסט קאסטן- עס צו רייניגן.
זאל ער ברויכן אראפ דרייווען קיין פלארידא, אדער גאר די פרישע כולל יונגערמאנטשיק נעפיו וואס האט נארוואס באקומען זיין פריש געבאקענעם לייסענס, אלץ העט מען אנרופן דעם פעטער נחום'ל וואס וועט אוועקבארגן זיין ווען'עלע בסבר פנים יפות (????....).
דאס אז עס פעלט מיר דאס קאר פינקט און די צייטן ווען איך דארף עס, דאס איז נאר א האלב פון די צרה. אז יעדע שני וחמישי ווערט געזען פרישע בובו'ס, קראצע'ס און דענ"ט'ס מימיני ומשמואלי מלפני ומאחורי (''איך האב עס געטוהן?? כ'מיין כ'האב עס שוין באקומען אזוי....'') דאס קען נאך אויך –מיט שוועריקייט- ווערן אראפגעשלינגען. אבער לעצטנס איז דא א נייער פראבלעם...
פאר דעם בלויזן סיבה צו אוועקכאפען די הנאה פון מיינע צאצאים פון 'קענען געבן די טאו"ל פאר די מיסטע"ר' ביים טאו"ל בודקע, האבן די שטאטישע טאטע'ס באשלאסען אוועקצונעמען די בודקעס און אנשטאט דעם אינסטאלירן פארגעשריטענע בליצער-כאפער'ס וואס שיקן נאך דעם געשוואלענעם שטר מכס צו מיר אין שטוב אריין.
איין שיינעם טאג איז עס געשען. דאס קאנווערט וואס האט מיר געמאכט שרייבן די ארטיקעל האט געלאנדעט אויף מיין טישל. אינעווענדיג איז געליגן א רשימה, לאנג פון דא ביז קאנארסי אויסגערעכנט הייוועי'ס מארבע כנפות ה'פאראייניגטע שטאטן פון פינדזען האלץ ביז ליים, אויף וואס איך מיט מיין פערד-און-וואגען זענען אנגעבליך געפארען...
צוזאמען מיטן בני בית איז מען געזיצען אין געקראצט דאס שטערן פרובירנדיג אויסצוגעפינען ווען דאס האט געקענט זיין, ביז די בליץ איז דורכגעלאפען אינז ביידע ווי אויפאיינמאל 'אההה יענקל, ברוך, זרח, משה, דוד, וכו' וכו' האבן דאך געבארגט דעם אויטא!!' זיי זענען דורכ-געפארען ווי שיינע יודען, און אינגאנצען נישט אינאכט גענימען דער גנב'ל וואס לאקערט אויף זיי פון אויבן.
איז, ארומגיין ווי דער שטאטס-בעטלער בעטן פאר די פיפצען טאלער וועלעך אוודאי נישט, אבער די שרעק-אנווארפענדע בי"ל וואס איז געווען צוזאמגעשטעלט פון אסאך אזוינע פיפצען טאלער'לעך דארף באצאלט ווערן. איז ווער וועט עס צאלען?
כ'העל אייך לאזען טראכטען די תירוץ אליינס.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר