באצאל די טאו"ל ביטע...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

באצאל די טאו"ל ביטע...

הודעהדורך גיב א שמייכעל » מאנטאג יוני 14, 2021 4:36 pm

איז אזוי, אלס א פשוטע שטאפענעם היט גייער און ECCO שיך טראגער, איז זעלבסט פארשטענדליך אז איך בין אויך א טאיאטע סעיענע דרייווער... טאקע נישט פינעם לעצטן מאדעל אויסגעשטאטערט מיט אלע פארגעשריטענע פיטשיווקעס, אבער ס'איז פינקט געניג צו טראגן דעם בני בית שאפינ"ג דריי מאל א וואך, און פארברענען א שיינע פאר שטונדען פינעם וואך זיכענדיג פאר פארקינ"ג.
איין באשעפער ווייסט די גענויע סיבה פארוואס מיין גורל איז אזוי געפאלען, אבער פאר סא"ם ריזע"ן בין איך געווארן די קאר פארזארגער/פארבארגער פאר די גאנצע גרויסע פאמיליע פון ביידע צדדים, און ווען זאלזשע, נישט מער געדאכט, איינע פון די קאר-לאזע קרובים האבן דאס מינדסטע הווא אמינא אז ער גייט דארפן אפשר א קאר אין די נעקסטע צוויי וואכן, וועט ער נישט טראכטן קיין מילי-סעקונדע פארן מיר רופן פרעגן צו ער קען עס ניצען.
און איך? ווי א שאף צום שחיטה, און א ביבער וואס וויינט און פאלט אריין אין נעץ, העלעך ניטאמאל וואג'ן אפצוזאגען די ביטע, נאר ווי א וואויל קינד עס גערן (?..) אוועקגעבען. און בבחינת הרצחת וגם ירשת, נאך טיילמאל עס נעמען צום גאז-סטעישען פאר א וועקיום קליניג –ווי כאילו יענער ווייסט נישט אז כ'האב קאניינעהארע א געזינדעל וואס מאכט זיכער צו מאכן דאס אויטא אויסקוקען ווי א פארענדיגע מיסט קאסטן- עס צו רייניגן.
זאל ער ברויכן אראפ דרייווען קיין פלארידא, אדער גאר די פרישע כולל יונגערמאנטשיק נעפיו וואס האט נארוואס באקומען זיין פריש געבאקענעם לייסענס, אלץ העט מען אנרופן דעם פעטער נחום'ל וואס וועט אוועקבארגן זיין ווען'עלע בסבר פנים יפות (????....).
דאס אז עס פעלט מיר דאס קאר פינקט און די צייטן ווען איך דארף עס, דאס איז נאר א האלב פון די צרה. אז יעדע שני וחמישי ווערט געזען פרישע בובו'ס, קראצע'ס און דענ"ט'ס מימיני ומשמואלי מלפני ומאחורי (''איך האב עס געטוהן?? כ'מיין כ'האב עס שוין באקומען אזוי....'') דאס קען נאך אויך –מיט שוועריקייט- ווערן אראפגעשלינגען. אבער לעצטנס איז דא א נייער פראבלעם...
פאר דעם בלויזן סיבה צו אוועקכאפען די הנאה פון מיינע צאצאים פון 'קענען געבן די טאו"ל פאר די מיסטע"ר' ביים טאו"ל בודקע, האבן די שטאטישע טאטע'ס באשלאסען אוועקצונעמען די בודקעס און אנשטאט דעם אינסטאלירן פארגעשריטענע בליצער-כאפער'ס וואס שיקן נאך דעם געשוואלענעם שטר מכס צו מיר אין שטוב אריין.
איין שיינעם טאג איז עס געשען. דאס קאנווערט וואס האט מיר געמאכט שרייבן די ארטיקעל האט געלאנדעט אויף מיין טישל. אינעווענדיג איז געליגן א רשימה, לאנג פון דא ביז קאנארסי אויסגערעכנט הייוועי'ס מארבע כנפות ה'פאראייניגטע שטאטן פון פינדזען האלץ ביז ליים, אויף וואס איך מיט מיין פערד-און-וואגען זענען אנגעבליך געפארען...
צוזאמען מיטן בני בית איז מען געזיצען אין געקראצט דאס שטערן פרובירנדיג אויסצוגעפינען ווען דאס האט געקענט זיין, ביז די בליץ איז דורכגעלאפען אינז ביידע ווי אויפאיינמאל 'אההה יענקל, ברוך, זרח, משה, דוד, וכו' וכו' האבן דאך געבארגט דעם אויטא!!' זיי זענען דורכ-געפארען ווי שיינע יודען, און אינגאנצען נישט אינאכט גענימען דער גנב'ל וואס לאקערט אויף זיי פון אויבן.
איז, ארומגיין ווי דער שטאטס-בעטלער בעטן פאר די פיפצען טאלער וועלעך אוודאי נישט, אבער די שרעק-אנווארפענדע בי"ל וואס איז געווען צוזאמגעשטעלט פון אסאך אזוינע פיפצען טאלער'לעך דארף באצאלט ווערן. איז ווער וועט עס צאלען?
כ'העל אייך לאזען טראכטען די תירוץ אליינס.
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג יוני 14, 2021 5:27 pm

עס דערמאנט אביסל פון @שטילע אינגערמאן׳ס דילעמא, ווי אויך אביסל דאס פון @יואב.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2380
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8609 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1800 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 14, 2021 5:55 pm

טשערידי?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1657 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יוני 14, 2021 9:08 pm

בארג מער נישט! ס’זאגט זיך גרינג.....
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 551 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 14, 2021 10:55 pm

תרמב: פאר סתם קרובים און גוטע פריינד איז גרינג אפצוזאגן. מ'מאכט זיך תמ'עוואטע. אז די קאר איז פונקט צובראכן.אבער פאר די אייניקלעך איז שווער (ניין. אוממעגליך) אפצוזאגן. וואס 'עללן זיי טראכטן...? זיי האבן א שלעכטן/קארגן זיידע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14816
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9674 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג יוני 14, 2021 11:21 pm

און זיי וועלן נאך זיין גערעכט אויך........
אבער איך מיין אז א זיידע מעג נאך אזויפיל טוהן פאר די באליבטע אייניקלעך, אפילו ס’קאסט אביסל טאול און אמאל א שפיגל אויך.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 551 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 15, 2021 6:26 am

תרמב: ניין. א שפיגל האט עס ב"ה נישט געקאסט. אבער איינער פון מיינע אייניקלעך, ווען ער פלעגט בארגן די קאר האט ער אייביג פארדרייט די שפיגלעך און די (פאוער) סיעט. און צומאל ווען איך האב מיך געאיילט האביך מיך געדארפט שפיעלן מיט די שפיגלעך צוריק איינשטעללן . מ'טאר זיך נישט אפרעדן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14816
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9674 מאל

הודעהדורך גיב א שמייכעל » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:07 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב: ניין. א שפיגל האט עס ב"ה נישט געקאסט. אבער איינער פון מיינע אייניקלעך, ווען ער פלעגט בארגן די קאר האט ער אייביג פארדרייט די שפיגלעך און די (פאוער) סיעט. און צומאל ווען איך האב מיך געאיילט האביך מיך געדארפט שפיעלן מיט די שפיגלעך צוריק איינשטעללן . מ'טאר זיך נישט אפרעדן...!

ערעב בערל זאל זיין געזינט. א שנעלע קאלקולאציע קען ווייזען אז איהר זענט שוין פינעם דור הישן... אייניקלעך וואס דרייווען שוין... איהר דארפט עס מודעה זיין פארן עולם מ'זאל האבן די נויטיגע רעספעקט! :o :o :o
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 9:45 am
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג יוני 17, 2021 8:05 pm

איינער וואס לייענט דא אסאך דארף שוין צו וויסן די אלע דעטאלן איבער די זיידע פונעם שטיבל, פונקטלעך זיינע אבסעסיעס און זיינע פראבלעמען, נטורי חרתא, סענדער דער דייטש, מהר’’א בכור מרא דאתרא, ועוד ועוד.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 551 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 18, 2021 6:56 am

גיב א שמייכעל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב: ניין. א שפיגל האט עס ב"ה נישט געקאסט. אבער איינער פון מיינע אייניקלעך, ווען ער פלעגט בארגן די קאר האט ער אייביג פארדרייט די שפיגלעך און די (פאוער) סיעט. און צומאל ווען איך האב מיך געאיילט האביך מיך געדארפט שפיעלן מיט די שפיגלעך צוריק איינשטעללן . מ'טאר זיך נישט אפרעדן...!

ערעב בערל זאל זיין געזינט. א שנעלע קאלקולאציע קען ווייזען אז איהר זענט שוין פינעם דור הישן... אייניקלעך וואס דרייווען שוין... איהר דארפט עס מודעה זיין פארן עולם מ'זאל האבן די נויטיגע רעספעקט! :o :o :o

גיב א שמייכל: איך דארף מיך טאקע שעהמען. אן אלטער נאר. און איך מאך מיך נאכאלץ נאריש דא אויף קאווע שטיבל...! אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק..."תבן אין ניתן לעבדיך. ולבנים אומרים לנו עשו"... כ'מיין דאס ווארט איז פונ'ם אהבת ישראל זצוק"ל. אז מ'האט נישט קיין שכל. אבער די ווייסע האר (און בארד) זאגן אונז צו טון תשובה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14816
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9674 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 21, 2021 10:30 pm

תרמב האט געשריבן:איינער וואס לייענט דא אסאך דארף שוין צו וויסן די אלע דעטאלן איבער די זיידע פונעם שטיבל, פונקטלעך זיינע אבסעסיעס און זיינע פראבלעמען, נטורי חרתא, סענדער דער דייטש, מהר’’א בכור מרא דאתרא, ועוד ועוד.

תרמב: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט לאכן אזוי שטארק אז איך בין שיער (נישט) אראפגעפאללן פון מיין בענקל...!

איך האב שטארק הנאה ווען איך זעה אז דער עולם באמערקט די אלע וויכטיגע זאכן. ווייל צומאל קען זיך מיר דאכטן אז איך בין א קול קורא במדבר...קיינער רופט זיך נישט אן. ס'איז שא שטיל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14816
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9674 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יוני 23, 2021 8:57 am

ר' בערל טייערע, וואס דען האסטו געמיינט? דו זאגסט איבער די זאכן מער פון 101 מאל, אוודאי ווייסט דער עולם דערפון!

אויכעט באמערקט מען ווי שטילערהייט ווארפסטו אפט אריין מיין נאמען (מיט אזא זויערן נאכ'טעם) כאילו איך האב חלילה עפעס אן אגענדע אקעגן אונזער חשוב'ע זיידע פון שטיבל... יאפ, געוויסע זיידעס האבן קאמפלעקסן, וואס קען מען טאן....

אויך וואלט געווען כדאי זאלסט דיר קויפן סיעט בעלטס פאר דיין בענקל, ווייל כנראה לאכסטו אפט אזוי שטארק אז דו פאלסט כמעט אראפ פון בענקל, און מיר אלע ציטערן אויב ח"ו וועסטו אמאל טאקע אראפפאלן און עס וועט זיין נפלה עטרת ראשינו ה"י....

עכ"פ, צוריק צו באצאלן די טאו"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15390
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18776 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 23, 2021 3:48 pm

שמעקעדיג: ייש"כ. ליינענדיג דיין תגובה ביניך עכט שיער אראפגעפאללן פון בענקל. אויך. מיין שכן איז געקומען צו לויפן זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14816
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9674 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט