בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס

הודעהדורך טיכטיגער » מיטוואך יוני 16, 2021 8:16 pm

פון די ערשטע זאכן וואס כ'האב מיך געוואונדערט די וואך ביים ליינען און זען די נייעס איבער דער נייער פרעימער מיניסטער אין מדינת ישראל נפתלי בנט איז געווען וואס דער גהינם איז ראנג מיט זיין קאפל? ווילסט טראגן א קאפל טראג, ווילסט נישט טראגן טראג נישט, אבער בנט'ס קאפעלע וואס איז בערך אזוי גרויס ווי א דעקל פון א ביר באטל הייבט אויגן ברעמען... ס'איז עפעס נישט אהער און נישט אהין.

ווי עס שיינט נישט נאר פאר מיך; נאר אויך פאר דער JTA נייעס-קאנאל. בנט איז דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל וואס טראגט שטענדיג א קאפל. זיי האבן זיך אבער געקראצט דעם קאפ איז עפעס אנדערש: וויאזוי אין דער וועלט האלט זיך די פיצעלע קאפל אויף זיין קאפ?

"די מער מאדערענע מיט קליינע קאפלעך לייגן געווענליך ארויף א האר-קליפ צי א באבי-פין צו האלטן דעם קאפל," לויטעט דער זיסער ארטיקל, "אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה? וויאזוי באווייזט ער דעם קונץ פון האלטן זיין קאפל אויפן קאפ?

ברענגען זיי נאך פון אן אלטן טאק-שאו וואו בנט האט אויפגעטרעטן, אז ער האט דעמאלטס געזאגט אז "סקאטש-טעיפ" אינאיינעם מיט גראוויטי באווייזט צו האלטן זיין קאפל אויפן פלאץ... "אבער איינמאל האט ער געגעבן א דרשה אין גאס וואו דער ווינט האט געבלאזן, נישט האבנדיג קיין 'סקאטש טעיפ' האט ער געניצט א שטיקל 'טשואינג גאם' ארויפצוקלעבן זיין קאפל אויף זיין קאפ..."

א לעזונג פאר קליינע קאפלעך...

בנט ניצט נישט פשוט'ע 'סקאטש טעיפ' ער ניצט א א פארגעשריטענע סארט, וואס איז ספעציעלע דעזיינט געווארן פאר קאפלעך – "כיפה האלטער".

"ס'איז געווען יום כיפור, ווען יעדער אין שול פאלט כורעים, איך האב דאן געזען ווי 20 ביז 30 פראצענט פון די מתפללימ'ס קאפלעך זענען אראפגעפאלן. איך האב דאן איינגעזען איך מוז אויפקומען מיט א לעזונג."
חיים לעווין, 65-יאר אלט, פון תל אביב, אליינס האר-לאז מיט א קליינע קאפעלע, האט דאן ערצייגט "כיפה האלטער".

כיפה האלטער איז א צוויי-זייטיגע ספעציעלע טעיפ וועלכע קלעבט צו קאפלעך צו קעפ מיט ווייניג צי גארנישט קיין האר. עס ווערט פארקויפט אין פעקלעך פון 40 שטיק (ווען איז געווען די לעצטע מאל האסט געטוישט דיין קאפל? ווערט רעדט נאך פון קויפן פערציג אויף איינמאל...)
און מיט די כיפה האלטערס טוט בנט שטענדיג האלטן זיין קאפל אויפן קאפ.

עס וואלט אגב געווען אינטערעסאנט צו ליינען בנט'ס ביאגראפיע, אויב מ'קען מכבד זיין איינער פון די חברי השטיבל.

דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters
בייגעלייגטע פיילס
jw52ciga__w643h428q95.jpg
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 16, 2021 10:48 pm

טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9652 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך יוני 16, 2021 11:17 pm

שוין געשמועסט אין ק"ש דערוועגן
viewtopic.php?p=240022#p240022
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2446
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2004 מאל

Re: בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 16, 2021 11:23 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!
פון וואנעט ווייסטו אז נישט?? דיין גאט גייט מיט א גרויסע קאפל און זיין גאט מיט א קליינע קאפל,

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 935
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1679 מאל

הודעהדורך yn.NY » דאנערשטאג יוני 17, 2021 3:22 am

berlbalaguleh האט געשריבן:טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!

זאגשע, דו קענסט איהם פערזענליך?
גראדע זאגט מען דא אז ער איז א שומר תורה ומצוות
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:22 am

דער גאלדענער אדלער: ניין. מיין גאט גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. ער האט א ..."טופפעי"...! ווייל ער איז שוין אלט.!

אבער דער ענין מיט נפתלי בנט איז אזוי... מה נפשך. גייט ער מיט א קאפל זאלל ער גיין א נארמאל קאפל. לאז זיין א ..."כיפה סרוגה"...! קיינער צווינגט איהם נישט צו גיין מיט א קאפל. ביי מיר וואלט ער געווען פונקט אזוי חשוב אלס שומר תורה ומצוות ווען ער גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. דא נארט ער זיך אליין. דאס הייסט נישט גיין מיט א קאפל. א קוואדער סייז. פאררוקט ביים ענד פון קאפ...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9652 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:26 am

yn.NY האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:טיכטיגער: איך ווייס נישט פאר וועם נפתלי בנט ווילל געפעללן...?! איין זאך איז זיכער. פאר'ן באשעפער זיכער נישט...!

זאגשע, דו קענסט איהם פערזענליך?
גראדע זאגט מען דא אז ער איז א שומר תורה ומצוות

וויי. ען. ען. וויי.: איך האלט אויך אז ער איז א שומר תורה ומצוות. נאר דאס ענין פון טראגן אזא מאדנע (קליינע) כיפה, פאררוקט ביים ענד פון קאפ איז זייער מאדנע. ס'איז נישט אהער און נישט אהין. געהייסן טראגן א קאפל איז עס נישט. סאו. נארט ער זיך אליין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9652 מאל

הודעהדורך yn.NY » דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:50 am

berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: ניין. מיין גאט גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. ער האט א ..."טופפעי"...! ווייל ער איז שוין אלט.!

אבער דער ענין מיט נפתלי בנט איז אזוי... מה נפשך. גייט ער מיט א קאפל זאלל ער גיין א נארמאל קאפל. לאז זיין א ..."כיפה סרוגה"...! קיינער צווינגט איהם נישט צו גיין מיט א קאפל. ביי מיר וואלט ער געווען פונקט אזוי חשוב אלס שומר תורה ומצוות ווען ער גייט אינגאנצן נישט קיין קאפל. דא נארט ער זיך אליין. דאס הייסט נישט גיין מיט א קאפל. א קוואדער סייז. פאררוקט ביים ענד פון קאפ...!

:idea: טראכט איך יעצט אז זיין קוואדער קאפעל איז גאר "סטראטעגיש".
פון איין זייט איז ער דאך א דתי (און א "רעכטער"), פון די צווייטע זייט וויל ער נישט אויסקוקן "האלי" ביים בימה רעדענדיג פאר'ן מידיע... (בפרט יעצט ווען ער איז שוין ראש ממשלה)

וואס איז די עצה?
- מ'קלעבט ארויפ א קליין קאפל ביים שפיץ פון אונטן... און שוין; יעדער קען איהם אנקוקן וויאזוי ער וויל :shock:

בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשען א ברכות הדיוט וכו' וכו' וכו' וכו'
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך yn.NY » דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:53 am

והעולה על הכל...
ס'איז איהם געלונגען! ס'איז 'הימל און ערד' אין שטיבל: "בנט'ס קוואדער קאפל"! זה מותיב וזה מפריך...
מ'קען שוין באלד ארויסגעבן עטליכע בענדער בהלכה ובהשקפה...:D
באניצער אוואטאר
yn.NY
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:10 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

הודעהדורך כרם זית » דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:32 pm

מעיקר הדין דארף מען נישט גיין מיט קיין קאפל. עיין ביאור הגר"א סימן ח סעיף ב.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 540 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 449 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 4:32 pm

כרם זית: אבער אונז האבן עס מקבל געווען. ממילא איז עס שוין געווארן אזוי ווי א הלכה...!

די יעקעס און א טייל פון די ספרדים האבן עס נישט מקבל געווען. אבער ביי אונז היימישע און נישט אזעלכע היימישע איז עס געווארן א ווענדפונקט. צו דערקענען אויב איינער איז טאקע באמת אן ערליכער איד אדער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9652 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:12 pm

קען זיין אז בענעט האט עס נישט מקבל געווען.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4479
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3924 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:58 pm

איך פארשטיי אז בענעט גייט נישט קיין קאפל אלץ די הלכה שבו, ער טוט עס אן סימבאליש צו ווייזן ווי ער געהערט.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 619
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:43 pm

און די אידן וואס גייען יא מיט א קאפל אלץ די הלכה שבו פארוואס היטן זיי הלכה in the first place? ס׳איז דאך אויך נאר א סימבאלישע זאך צו ווייזן וואו מ׳געהערט. און די וואס גלייבן אז רבי יוסף קארו וועט זיי פארווארפן אין כף הקלע פאר׳ן נישט גיין א קאפל פארוואס גלייבן זיי אזוי? ס׳איז ווייטער ווייל זיי געהערן אין א פלאץ וואו מ׳גלייבט אזוי. ותזדהה עם קהילתך זהו כל התורה כולה, ואידך פירושא הוא זיל גמור.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4479
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3924 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג יוני 18, 2021 4:21 am

טיכטיגער האט געשריבן:
"אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?


דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters


שיינע אשכולות, @טיכטיגער, א דאנק.

אגב, לכל מאן דבעי למידע: אידיש קומט אַריין מיט אַביסל זאַפט אין דער וועלט פון קרחת.

פּליכעוואַטע (bald). דער פּליכעוואַטער, דער פּליך (bald man). דער פּליך (baldness). אַן אַנדער אידיש וואָרט איז די ליסינע.
"אויב נעמט יאָסל אויף זיך דעם טיטל 'שרייבער,' דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ."
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1637
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6115 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 18, 2021 6:32 am

דער לייק איז פאר די וועלכע האבן פארשטאנען יואב'ס בויכווייטאג.

אגב. הרב יואב שליט"א. דאס ווארט פליך און פליכעוואטע (פאר באלדנעסס) שטאמט פון פויליש. ממילא איז עס גארנישט מער מיוחס (אלס אריגינאל אידיש) ווי ..."באלד/נעסס"... אויף ענגליש.
הוא אשר דיברתי. הגם ס'באלאנגט נישט דא אין דעם אשכול. אז די אידישע שפראך אנטהאלט א סאך ווערטער פון דעם ווערנאקולאר פון דעם לאנד וואו מ'רעדט עס. ממילא האט נישט די ווערטער פון איין געוויסע געגנט מער חשיבות אדער א דין קדימה ווי די אנדערע.

די אמעריקאנער (קינדער) מישן אריין ענגלישע ווערטער. און די איזראעלישע מישן אריין ווערטער פון עברית. און אין בעלגיע, למשל מישט מען אריין א סאך דייטשע ווערטער אין די אידישע שפראך.

איך האב געהערט ווי א אידישע פרוי (גערער חסידים) פון ארץ ישראל איז אריין אין א רעסטאוראנט און זי האט געבעטן ... מרק מיט "אטריות"... דער בעה"ב. אן אמעריקאנער איד האטציך געבראכן דעם קאפ וואס דאס איז. זי האט אבער נישט געוואוסט דעם נאמען פון ..."לאקשן" אויף אידיש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9652 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » פרייטאג יוני 18, 2021 11:21 am

יואב האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:
"אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה?


דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters


שיינע אשכולות, @טיכטיגער, א דאנק.

אגב, לכל מאן דבעי למידע: אידיש קומט אַריין מיט אַביסל זאַפט אין דער וועלט פון קרחת.

פּליכעוואַטע (bald). דער פּליכעוואַטער, דער פּליך (bald man). דער פּליך (baldness). אַן אַנדער אידיש וואָרט איז די ליסינע.


פשיהא, א קאמפלימענט פון @יואב איז קיין קלייניגקייט, און א דאנק פאר דער הערה!
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג יוני 18, 2021 1:46 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:דער לייק איז פאר די וועלכע האבן פארשטאנען יואב'ס בויכווייטאג.

אגב. הרב יואב שליט"א. דאס ווארט פליך און פליכעוואטע (פאר באלדנעסס) שטאמט פון פויליש. ממילא איז עס גארנישט מער מיוחס (אלס אריגינאל אידיש) ווי ..."באלד/נעסס"... אויף ענגליש.
הוא אשר דיברתי. הגם ס'באלאנגט נישט דא אין דעם אשכול. אז די אידישע שפראך אנטהאלט א סאך ווערטער פון דעם ווערנאקולאר פון דעם לאנד וואו מ'רעדט עס. ממילא האט נישט די ווערטער פון איין געוויסע געגנט מער חשיבות אדער א דין קדימה ווי די אנדערע.

די אמעריקאנער (קינדער) מישן אריין ענגלישע ווערטער. און די איזראעלישע מישן אריין ווערטער פון עברית. און אין בעלגיע, למשל מישט מען אריין א סאך דייטשע ווערטער אין די אידישע שפראך.

איך האב געהערט ווי א אידישע פרוי (גערער חסידים) פון ארץ ישראל איז אריין אין א רעסטאוראנט און זי האט געבעטן ... מרק מיט "אטריות"... דער בעה"ב. אן אמעריקאנער איד האטציך געבראכן דעם קאפ וואס דאס איז. זי האט אבער נישט געוואוסט דעם נאמען פון ..."לאקשן" אויף אידיש...!

/
"אויב נעמט יאָסל אויף זיך דעם טיטל 'שרייבער,' דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ."
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1637
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6115 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט