בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

בנט'ס קוואדער קאפל; טשואינג גאם און כיפה האלטערס

שליחה דורך טיכטיגער »

פון די ערשטע זאכן וואס כ'האב מיך געוואונדערט די וואך ביים ליינען און זען די נייעס איבער דער נייער פרעימער מיניסטער אין מדינת ישראל נפתלי בנט איז געווען וואס דער גהינם איז ראנג מיט זיין קאפל? ווילסט טראגן א קאפל טראג, ווילסט נישט טראגן טראג נישט, אבער בנט'ס קאפעלע וואס איז בערך אזוי גרויס ווי א דעקל פון א ביר באטל הייבט אויגן ברעמען... ס'איז עפעס נישט אהער און נישט אהין.

ווי עס שיינט נישט נאר פאר מיך; נאר אויך פאר דער JTA נייעס-קאנאל. בנט איז דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל וואס טראגט שטענדיג א קאפל. זיי האבן זיך אבער געקראצט דעם קאפ איז עפעס אנדערש: וויאזוי אין דער וועלט האלט זיך די פיצעלע קאפל אויף זיין קאפ?

"די מער מאדערענע מיט קליינע קאפלעך לייגן געווענליך ארויף א האר-קליפ צי א באבי-פין צו האלטן דעם קאפל," לויטעט דער זיסער ארטיקל, "אבער בנט איז דאך באלד, ער האט נישט קיין האר, איז וויאזוי גיט ער זיך אן עצה? וויאזוי באווייזט ער דעם קונץ פון האלטן זיין קאפל אויפן קאפ?

ברענגען זיי נאך פון אן אלטן טאק-שאו וואו בנט האט אויפגעטרעטן, אז ער האט דעמאלטס געזאגט אז "סקאטש-טעיפ" אינאיינעם מיט גראוויטי באווייזט צו האלטן זיין קאפל אויפן פלאץ... "אבער איינמאל האט ער געגעבן א דרשה אין גאס וואו דער ווינט האט געבלאזן, נישט האבנדיג קיין 'סקאטש טעיפ' האט ער געניצט א שטיקל 'טשואינג גאם' ארויפצוקלעבן זיין קאפל אויף זיין קאפ..."

א לעזונג פאר קליינע קאפלעך...

בנט ניצט נישט פשוט'ע 'סקאטש טעיפ' ער ניצט א א פארגעשריטענע סארט, וואס איז ספעציעלע דעזיינט געווארן פאר קאפלעך – "כיפה האלטער".

"ס'איז געווען יום כיפור, ווען יעדער אין שול פאלט כורעים, איך האב דאן געזען ווי 20 ביז 30 פראצענט פון די מתפללימ'ס קאפלעך זענען אראפגעפאלן. איך האב דאן איינגעזען איך מוז אויפקומען מיט א לעזונג."
חיים לעווין, 65-יאר אלט, פון תל אביב, אליינס האר-לאז מיט א קליינע קאפעלע, האט דאן ערצייגט "כיפה האלטער".

כיפה האלטער איז א צוויי-זייטיגע ספעציעלע טעיפ וועלכע קלעבט צו קאפלעך צו קעפ מיט ווייניג צי גארנישט קיין האר. עס ווערט פארקויפט אין פעקלעך פון 40 שטיק (ווען איז געווען די לעצטע מאל האסט געטוישט דיין קאפל? ווערט רעדט נאך פון קויפן פערציג אויף איינמאל...)
און מיט די כיפה האלטערס טוט בנט שטענדיג האלטן זיין קאפל אויפן קאפ.

עס וואלט אגב געווען אינטערעסאנט צו ליינען בנט'ס ביאגראפיע, אויב מ'קען מכבד זיין איינער פון די חברי השטיבל.

דער ארטיקל - https://www.jta.org/2021/06/16/israel/h ... it-matters
בייגעלייגטע פיילס
jw52ciga__w643h428q95.jpg

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר