פארלוירן 4 ביליאן מיט איין דריי...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

פארלוירן 4 ביליאן מיט איין דריי...

שליחה דורך טיכטיגער »

ביי שמעון ולוי שטייט בקהלם אל תחד כבדי, כי באפם הרגו איש, פשוט פשט איז מיט זייער צארן, אז נאכדעם וואס מ'האט מאנס געווען דינה האבן זיי נקמה גענומען. צדיקים פלעגן אבער טייטשן כי באפם הרגו איש, מיט איין דריי מיטן נאז קען מען יענעם אוועקלייגן...
פאר די וואס האלטן מיט (פאליטיקאנט, ביזט דא?) האט א סעלעבריטי מיט איין דריי מיט'ן פינגער שאדן געמאכט "ביליאנען" דאלער, יא, מיט א בית... פאר קאוקע קאולע נאכן דריי מיטן נאז...
-
קריסטיאנו ראנאלדאו, איז א וועלט-בארימטער פארטוגעזישער ספארטלער. ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די בעסטע סאקער שפילער אין דער וועלט. ער האט שוין געוואונען צענדליגער אויסצייכענונגען און טשאמפיאנשיפס.
ער ווערט פארעכנט אלס דער מערסט-באצאלטער ספארטלער אין דער וועלט. די טיימס האט אים אויסגעקליבן אלס איינער פון די הונדערט איינפלוסרייכסטע מענטשן אין דער וועלט. ער איז גלייכצייטיג אויך געווען דער ערשטער ספארטלער צו פארדינען איבער א ביליאן דאלער.
אה בעפאר מיר פארגעסן, ער האט אויך די מערסטע אינסטעגרעם פאלוערס (חסידים) פון סיי וועם אויף אינסטעגרעם, און ער האט אויך מיליאנען חסידים אויף טוויטער.
צווישן זיינע מעלות איז אז ער שטופט זייער א געזונטער לעבנס דיעטע.
-
אלנפאלס, געענדיגט מיט זיינע טיטלען. די וואך האט ער אויפגעטרעטן ביי א פרעסע קאנפערענס פאר EURO2020, א פוטבאל טשאמפיאנשיפ. ביים טיש וואו ער איז געזיצן איז געווען אנגעגרייט צוויי באטלעך קאוקע קאולע. ווי נאר ער האט זיך אראפגעזעצט, בשעת ווען די פילצאליגע טי-ווי קאמערעס כאפן לעבעדיג אפ יעדע רגע, האט ער אוועקגערוקט די צוויי קאוק באטלעך, און געגעבן הייב אויף א באטל וואסער און געשריגן "אגווא" (וואסער אין ספאניש). עד כאן אומרים ב...
-
דער איין קליינער רוק האט געגעבן א גרויסן רוק פאר דעם ריז "קאוקע קאולע, און אין ליכט פון דעם אינצידענט האט זייער סטאק געטראסקעט דעם קומענדיגן טאג מיט איבער פיר ב-י-ל-י-א-ן דאלער...!

זאג, האסט אפשר א באטל וואסער?
בייגעלייגטע פיילס
60c889cb6d855e00181580fc.png

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר