פארלוירן 4 ביליאן מיט איין דריי...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

פארלוירן 4 ביליאן מיט איין דריי...

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:35 am

ביי שמעון ולוי שטייט בקהלם אל תחד כבדי, כי באפם הרגו איש, פשוט פשט איז מיט זייער צארן, אז נאכדעם וואס מ'האט מאנס געווען דינה האבן זיי נקמה גענומען. צדיקים פלעגן אבער טייטשן כי באפם הרגו איש, מיט איין דריי מיטן נאז קען מען יענעם אוועקלייגן...
פאר די וואס האלטן מיט (פאליטיקאנט, ביזט דא?) האט א סעלעבריטי מיט איין דריי מיט'ן פינגער שאדן געמאכט "ביליאנען" דאלער, יא, מיט א בית... פאר קאוקע קאולע נאכן דריי מיטן נאז...
-
קריסטיאנו ראנאלדאו, איז א וועלט-בארימטער פארטוגעזישער ספארטלער. ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די בעסטע סאקער שפילער אין דער וועלט. ער האט שוין געוואונען צענדליגער אויסצייכענונגען און טשאמפיאנשיפס.
ער ווערט פארעכנט אלס דער מערסט-באצאלטער ספארטלער אין דער וועלט. די טיימס האט אים אויסגעקליבן אלס איינער פון די הונדערט איינפלוסרייכסטע מענטשן אין דער וועלט. ער איז גלייכצייטיג אויך געווען דער ערשטער ספארטלער צו פארדינען איבער א ביליאן דאלער.
אה בעפאר מיר פארגעסן, ער האט אויך די מערסטע אינסטעגרעם פאלוערס (חסידים) פון סיי וועם אויף אינסטעגרעם, און ער האט אויך מיליאנען חסידים אויף טוויטער.
צווישן זיינע מעלות איז אז ער שטופט זייער א געזונטער לעבנס דיעטע.
-
אלנפאלס, געענדיגט מיט זיינע טיטלען. די וואך האט ער אויפגעטרעטן ביי א פרעסע קאנפערענס פאר EURO2020, א פוטבאל טשאמפיאנשיפ. ביים טיש וואו ער איז געזיצן איז געווען אנגעגרייט צוויי באטלעך קאוקע קאולע. ווי נאר ער האט זיך אראפגעזעצט, בשעת ווען די פילצאליגע טי-ווי קאמערעס כאפן לעבעדיג אפ יעדע רגע, האט ער אוועקגערוקט די צוויי קאוק באטלעך, און געגעבן הייב אויף א באטל וואסער און געשריגן "אגווא" (וואסער אין ספאניש). עד כאן אומרים ב...
-
דער איין קליינער רוק האט געגעבן א גרויסן רוק פאר דעם ריז "קאוקע קאולע, און אין ליכט פון דעם אינצידענט האט זייער סטאק געטראסקעט דעם קומענדיגן טאג מיט איבער פיר ב-י-ל-י-א-ן דאלער...!

זאג, האסט אפשר א באטל וואסער?
בייגעלייגטע פיילס
60c889cb6d855e00181580fc.png
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:51 am

טיכטיגער: דאס זאגט מער איבער די אלגעמיינע (גוי'אישע) באפעלקערונג ווי איבער איהם אליין.

אז אזא נישטיגער פארשוין, וואס האט גארנישט אויפגעטוהן אין זיין פוסטן לעבן פאר דער מענטשהייט (אזוי ווי אלבערט שווייצער אדער ראאול וואלענבערג. אדער אפילו ..."מאדהער טערעיזא")... נאר ער איז אן איינפאכער משוקע בתאוות העוה"ז. אז ער זאלל זיין א ..."העלד"...! דאס אליין ווייזט שוין אויפ'ן שיפלות פונ'ם דור.! דאס מאכט אונז (אידן) נאכמער זאגן..."ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, והבדילנו מן התועים. ונתן לנו תורת אמת"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9661 מאל

הודעהדורך בונה של טוב » דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:02 am

טיכטיגער האט געשריבן:ביי שמעון ולוי שטייט בקהלם אל תחד כבדי, כי באפם הרגו איש, פשוט פשט איז מיט זייער צארן, אז נאכדעם וואס מ'האט מאנס געווען דינה האבן זיי נקמה גענומען. צדיקים פלעגן אבער טייטשן כי באפם הרגו איש, מיט איין דריי מיטן נאז קען מען יענעם אוועקלייגן...
פאר די וואס האלטן מיט (פאליטיקאנט, ביזט דא?) האט א סעלעבריטי מיט איין דריי מיט'ן פינגער שאדן געמאכט "ביליאנען" דאלער, יא, מיט א בית... פאר קאוקע קאולע נאכן דריי מיטן נאז...
-
קריסטיאנו ראנאלדאו, איז א וועלט-בארימטער פארטוגעזישער ספארטלער. ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די בעסטע סאקער שפילער אין דער וועלט. ער האט שוין געוואונען צענדליגער אויסצייכענונגען און טשאמפיאנשיפס.
ער ווערט פארעכנט אלס דער מערסט-באצאלטער ספארטלער אין דער וועלט. די טיימס האט אים אויסגעקליבן אלס איינער פון די הונדערט איינפלוסרייכסטע מענטשן אין דער וועלט. ער איז גלייכצייטיג אויך געווען דער ערשטער ספארטלער צו פארדינען איבער א ביליאן דאלער.
אה בעפאר מיר פארגעסן, ער האט אויך די מערסטע אינסטעגרעם פאלוערס (חסידים) פון סיי וועם אויף אינסטעגרעם, און ער האט אויך מיליאנען חסידים אויף טוויטער.
צווישן זיינע מעלות איז אז ער שטופט זייער א געזונטער לעבנס דיעטע.
-
אלנפאלס, געענדיגט מיט זיינע טיטלען. די וואך האט ער אויפגעטרעטן ביי א פרעסע קאנפערענס פאר EURO2020, א פוטבאל טשאמפיאנשיפ. ביים טיש וואו ער איז געזיצן איז געווען אנגעגרייט צוויי באטלעך קאוקע קאולע. ווי נאר ער האט זיך אראפגעזעצט, בשעת ווען די פילצאליגע טי-ווי קאמערעס כאפן לעבעדיג אפ יעדע רגע, האט ער אוועקגערוקט די צוויי קאוק באטלעך, און געגעבן הייב אויף א באטל וואסער און געשריגן "אגווא" (וואסער אין ספאניש). עד כאן אומרים ב...
-
דער איין קליינער רוק האט געגעבן א גרויסן רוק פאר דעם ריז "קאוקע קאולע, און אין ליכט פון דעם אינצידענט האט זייער סטאק געטראסקעט דעם קומענדיגן טאג מיט איבער פיר ב-י-ל-י-א-ן דאלער...!

זאג, האסט אפשר א באטל וואסער?


This is such a good story
בפרט ווי גוט ס׳איז געשריבן
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן דא
בונה של טוב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:18 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג יוני 17, 2021 8:31 am

נישט נערמאל ווי א סעלעברעטי האט היינט די כח.
א שטיק צייט צוריק האט סנעפטשעט אויך פארלוירן געלט נאך דעם וואס קיילי דזשעננער האט געזאגט אז זי האט שוין אויסגעוואקסן דעם עפפ.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 947
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1103 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:29 am

בת קול האט געשריבן:נישט נערמאל ווי א סעלעברעטי האט היינט די כח.
א שטיק צייט צוריק האט סנעפטשעט אויך פארלוירן געלט נאך דעם וואס קיילי דזשעננער האט געזאגט אז זי האט שוין אויסגעוואקסן דעם עפפ.


ריכטיג, קוק וואס עלאן מאסק טוט מיט ביטקאון און דאדזשקאון, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. איין טוויט וואס איז פאזיטיוו און ס'שיסט ארויף, דער נעקסטער טאג אראפ ווייל ער האט ווידער געדרייט מיטן נאז
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 17, 2021 1:18 pm

טיכטיגער האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:נישט נערמאל ווי א סעלעברעטי האט היינט די כח.
א שטיק צייט צוריק האט סנעפטשעט אויך פארלוירן געלט נאך דעם וואס קיילי דזשעננער האט געזאגט אז זי האט שוין אויסגעוואקסן דעם עפפ.


ריכטיג, קוק וואס עלאן מאסק טוט מיט ביטקאון און דאדזשקאון, ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. איין טוויט וואס איז פאזיטיוו און ס'שיסט ארויף, דער נעקסטער טאג אראפ ווייל ער האט ווידער געדרייט מיטן נאז


גראדע מיר קענען עס פארשטיין.. איין ווארט פונעם רבי'ן, און צענדליגע קאר רעדער ווערן געלעכערט...
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 655
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1420 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 3:15 pm

ווי האט נאר דער מנוול און מוכה שחין חיימ'קע שאולזאהן געשריבן בשעתו אין זיין שמוץ בלעטל ..."פנים חלשות"..." הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים האט געהייסן זיינע תלמידים זאללן שניידן רעדער"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9661 מאל

Re: פארלוירן 4 ביליאן מיט איין דריי...

הודעהדורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:58 pm

ייש"כ טיכטיגער, כ'האב נישט געזען די נייעס, און נישט אפ' באמערקט אז KO האט געפאלן (אויך מיר געפאלן, אבער שוין).
ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן זענען אלע אפענע פינאנציעלע מארקעטס זייער וואלעטייל היינטיגע טעג און ריקן זיך מיט יעדע קליינע נייעס, אפי' אזוינע וואס טוישן נישט גארנישט פונדאמענטאל.

[ווי שוין געשריבן אין די קריפטא אשכול איז עס אין גרויס טייל צוליב די אלגאריטמען וועלכע סקענען טויזענטע נייעס און אנדערע פאקטארן און שפילן מיטן מארקעט לויט דעם.]
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1101
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1205 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יוני 21, 2021 11:38 am

להבדיל אלף אלפי הבדלות, האב איך געזען א בוך באשרייבט ר' משה פיינשטיין זצ"ל די פאלגענדע מעשה

איינע פון די חלב ישראל קאמפאניס האבן באמערקט אז זייערע סעילס פאלן אין די פרומע ליטווישע געגענטער, מענטשן קויפן זייער ווייניג זיערע פראדוקטן

נאכגייענדיג וואס די פראבלעם איז, האבן זיי געהערט אז מ' האט געזען ר' משה'ן נעמן זייער מילך צו טרינקען און עס אראפלייגן און נעמן א צווייטע קאמפאני וואס ווייזט אז ער האלט מער פון אנדערן

זיי זענן ארויף צו ר' משה מיט א ויצעקו היתכן וואס איז שלעכט מיט זייער מילך אז ער וויל עס נישט טרינקען, פארשטייט זיך אז ר"מ האט געזאגט אז ח"ו אדרבה ער טרינקט כמעט נאר זייער מילך

נאכגייענדיג די זאך איז מען געוואר געווארן אז ער איז געזעסן מיט א באקאנטן איש צבור און גערעדט, רעדענדיג האט ער גענומען א פלאש פון די קאמפאני צו טרינקען אבער עס איז געווען ליידיג האט ער גענומען א אנדערע פון א אנדערע קאמפאני, יענער האט געמיינט אז ער וויל עס נישט טרינקען און מפרסם געווען

דאס איז א השפעה פון א צדיק
א חסיד פון ווילנא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 21, 2021 4:39 pm

א חסיד פון ווילנא: מיין רבי. דער יארמער רב שליט"א איז מרגלא בפומיה אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. אבער דאך...! דער בעל מספר לשון הרע וועלכער האט פארציילט אז הגר"מ האט אויפגעהויבן און דאן אראפגעלייגט דעם באטל מילך פון די געוויסע חלב ישראל קאמפעני.

צי האט דען דער שרייבער דער בעל מספר נישט געזעהן אז די באטל איז ליידיג...?! איז א ראיה אז ער האט נאר געזוכט צו רעדן (און שרייבן ) לשון הרע..!

לאלללל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9661 מאל

Re: פארלוירן 4 ביליאן מיט איין דריי...

הודעהדורך כניאק » דינסטאג יוני 22, 2021 6:40 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא: מיין רבי. דער יארמער רב שליט"א איז מרגלא בפומיה אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. אבער דאך...! דער בעל מספר לשון הרע וועלכער האט פארציילט אז הגר"מ האט אויפגעהויבן און דאן אראפגעלייגט דעם באטל מילך פון די געוויסע חלב ישראל קאמפעני.

צי האט דען דער שרייבער דער בעל מספר נישט געזעהן אז די באטל איז ליידיג...?! איז א ראיה אז ער האט נאר געזוכט צו רעדן (און שרייבן ) לשון הרע..!

לאלללל...!
רבי ר' בערל,

איר האט זיך פארגעסן א מינוט, דערמאנט אייך וויאזוי די מילך באטלעך האבן אויסגעזען
כניאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 22, 2021 9:19 pm

כניאק: דו ביסט גערעכט. איך האב בשעת'ן שרייבן געטראכט אז עמיצער וועט אויפקומען מיט דעם (כניאק'ישן) תירוץ...! אבער אנישט. האביך דאך נישט וואס צו שרייבן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 17001 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9661 מאל

הודעהדורך עמקות המחשבה » זונטאג יוני 27, 2021 8:02 am

און די צרה הייבט זיך אן אז "דאוויען "די ראק" ד'זאנסאן" DWAYNE THE ROCK JOHNSON א ריזיגע גאר פאפולערע סעלעברעטי. וואס האט שוין געווינען צענדליגע טשעמפיאנשיפס. אריינגערעכט אין די האליוואוד האל אף פעים, האט לעצטענס אנאנסירט אז ער גרייט זיך צו לויפן פאר פרעזידענט. ד.מ. מיט זירא עקספיריענס און פאליטיקס ווא"ט ס"א עווע"ר. אבער מיט מיליאנען פענס און דאלארען.

שיין זעהן מיר אויס די. סעלעברעטיס ווערן אונזערע פירערס. און דעה זאגערס.
THE LITERAL MEANING OF LIFE IS WHATEVER YOU'RE DOING
.THAT PREVENTS YOU FROM KILLING YOURSELF

Albert Camus-
עמקות המחשבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 16, 2021 6:13 am
האט שוין געלייקט: 489 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג יוני 27, 2021 9:07 am

עמקות המחשבה האט געשריבן:שיין זעהן מיר אויס די. סעלעברעטיס ווערן אונזערע פירערס. און דעה זאגערס.

כבר היה לעולמים...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3001
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6857 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט

cron