פארוואס בין איך אזוי ביזי מיט די "שווארצע קולטור"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 958
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

פארוואס בין איך אזוי ביזי מיט די "שווארצע קולטור"

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מאנכע פארשטייען נישט צו וואס איך ביו אזוי ביזי מיט די שווארצע קולטור...
ווי נאר אן אשכול וואס איז דן אין די נושא, הייב איך אויף א ויצעקו און לאז נישט נאך אזוי לאנג ווי די Subject קריכט ארויס פון נאז... צו וואס?? וואס דריקט עס מיר אזוי שטארק??

באמת אבער, גייט מיר די "שווארצע קולטור" אן ווי די פאריעריגע שניי.. אמער.. מיך זאל אנגיין אז ערגעץ אויפן כדור העולם דרייען זיך ארום מענטשן מיט א נישט ריכטיגע קולטור?? כ'בין עפעס וועלטס פארזארגער??...

מיך באדערט באמת אינגאנצן עפעס אנדערש..
מיך דרוקט די "לינקע מהלך המחשבה" וואס פאר אביסל Virtue signaling וכדומה טוט עס "פארגלעטן און (אום דירעקט) שטיצן שלעכטס".

לאמיר זיך מסביר'ן.
אין די אמאליגע וועלט, האט ישרות און צדק נישט געהאט קיין "יוניווערסאלע" Definition.
יעדער האט קודם געגלייבט אין "XX", און ערשט דערנאך, אויב זאכן האבן געשטימט מיט מיין "XX" איז געווען א טשאנס אז מען זאל זיך באגיין ישרות'דיג וכדומה, אבער אזוי לאנג ווי מיין "XX" האט נישט געשטימט דערמיט, האט יושר און צדק נישט געהאט קיין פלאץ.

דעריבער, איז טאקע געווען נארמאל, צו הארגענען, גנב'ענען און באקריוודען אזוי לאנג ווי ס'האט סופארטעד מיין "XX".

וואס האט למעשה פאסירט?.. ס'איז אויפגעשטאנען א דור פון Enlightenment, א געדאנקען גאנג וואס האט אנגעהויבן צו פארפירן אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע מהלך.. ס'איז פאראן זאכן וואס דארפן שטיין העכער רעליגיע, און גלויבונגען.
ישרות און צדק דארף צו זיין די העכסטע זאך.
און Slowly but surely האט די געדאנקען גאנג אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלען, אזש מיר זענען צוגעקומען צו א מצב פון Individual freedom פאר "יעדן" וכו וכו

(ביי אונז, היימישע אידן איז די Process נאך נישט "גענצליך" פארטיג, און דעריבער מאכן מיר אפט מיט די "לעכערן רעדער בשיטה" מעשיות ואכמ"ל)

אין די לעצטערע יארן אבער, זענען מיר עדות צו א שרעקליכע מציאות.
אין די צייט וואס ביז נישט לאנג צוריק האט זיך די מערב וועלט געריקט כסדר צו מער פרייהייט, מער ישרות און מער צדק, האט זיך די רעדל אין די לעצטערע יארן אנגעהויבן דרייען אויף צוריק...
א מאדנע מהלך המחשבה נעמט צוריק איין די מערב וועלט.. (אלעס בשם Social justice)
-ווען איינער באגייט א פארברעכן איז שוין צוריק נוגע פון וועלכע ראסע און גלויבן ער איז... אויב איז ער פון די "ריכטיגע ראסעס" דארף מען עס אראפשפילן, ווידער איז ער פון די "אנדערע" דארף מען עס ארויף שפילן.
-אויב איז א קולטור "פארדארבן" און גיט ארויס שלעכטע פירות, דארף מען עס נאכאלס פארטיידיגן אזוי לאנג ווי ס'אונז פון "אונזערע".
-ווען איינער זאגט א פאקט -אפילו א פאקט וואס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן אין מציאות-, איז אויב אבער איז עס קעגן די אפיציעלע מיינונג דארף מען אים אראפרייסן און Cancel'ן.
-ווען איינער באשולדיגט א צווייטן, קוקט מען קודם "ווער" איז דער באשולדיגער און אויב ער איז פון "אונזערע", און לויט דעם מאכט מען אפ צו די באשולדיגונג איז אמת (Believe all women).
-אז איינער זאגט עפעס וואס שמעקט נישט וועט מען אים באשולדיגן אין Violence ן (Micro aggression & Speech is Violence), ווידער אז איינער באלאנגט צו די "אנדערע" זייט איז Violence מותר לכתחילה ("Punch a Nazi" וכו).
-פרייהייט פון ווארט איז נאר פאר די וואס זאגן וואס אונז לאזן, משא"כ דיבורים וואס "אונז" האבן נישט ליב דארף ווערן פארבאטן (Hate speech).
-פראפערטי רעכטן וכו איז נאר פאר אונזערע, משא"כ "זיי" (די רייכע/מוצלחים) מעג מען באראבעווען (Progressive tax system in general, and especially "tax the rich %90)


איז טאמער וואלט עס נאר געווען אפאר משוגעים, נו שוין... משוגעים איז פאראן אין יעדע פארטיי און איבעראל.
אבער Unfortunately ווערט די מהלך המחשבה מער און מער איינגעגעסן אין די מעין סטריעם, און וועט בהכרח פירן צוריק צו די אלטע גלאר רייכע מיטל אלטער.

עכ"פ דאס איז וואס מיר באדערט... און וויבאלד ווען די שווארצע קולטור נושא קומט ארויף, איז בולט די מהלך המחשבה נעמט עס מיר ארויס פון די כלים.. (אקעי נישט ממש, אבער שוין).

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר